top of page

.דער בינענשטאק


דער בינענשטאק.

בס"ד

איבער בלומען, זומען

פרייליך דזשומען

טוט ווידער

איר גערודער


ספעציעל

געקליידעט אין געל

מיט געשטרייפטע פאסן

איבער די גאסן


ארומרייזן

אין קרייזן

אויפזוכן

זי איז מוכן


נעקטער נאגן

און ארומטראגן

א ווידער בליאונג

פון ערציאונג


ווי אין בינען שטאקן

גאנצעטע בלאקן

נאך און נאך צושפרייט

און ווידער איינגעזייט


כאטש א זאטע

פאר דורות ווייטע

נאך זיסקייט קלייבן

עס זאל בלייבן


זיי צי פירן

און פראדוצירן

נאך אסאך

פון די זיסע זאך


אין די גריבעלעך

׳וואקסן׳ שטיבעלעך

מיט פלייסיגקייט

האניג גרייט


א דערקוויקעניש

די אנשיקעניש

איך טוה געניסן

פון אירע ביסן


ארומגעפלויגן

אויסשטעכן די אויגן

פון די וואס ווילן

די טראדיציע אפשטילן


זאל זי נאר שטערן

די פארקער׳ן

זאל ווערן פארמערט

אבי צוריקגעקערט


ארייננעמען פיהל

זיי פירן צום ציהל

און לערנען דארט געוויס

וואס נאך מער פון האניג זיס!

bottom of page