top of page

גרינע ציגל


גרינע ציגל

בס"ד

ליידיגע טייסטער אנצופולן הייזער שטארקן גייסטער און זיין א וועג ווייזער געמיטער פארצער׳טע פון ענדלאזע גארן די ציהל אויסגעווארטע פאר זיי אויפשפארן צו פנימער פארקרומטע געשריגן בקול רמה פאר די שטובער פארשטומטע א שמייכל, א נחמה שווארצע עתידות מיט גרין פארדעקט אנטוישונג און ירידות אונטער איר פארשטעקט שטראלן פונדערווייטן פונקען פון האף זיך רופן ׳א טאטן׳ און נישט ׳א בעל חוב׳ נאך א דאלער נאך א טראפל ר׳ שלמה העלפן זאלער מיט איר נאך א קאפל אידן צוזאמען קליין און גרויס, לך כנוס פלאנצן נייע שטאמען וואס פון זיי וואקסן ארויס שיכטן און קרייזן וואלוטעס אלע מיני געקומען זיי אויסלייזן מיט 6 מיליאן גרינע געגרייכט דעם ציהל פון אנהייבן א וועג ברענגען פאר פיל פרוכטבארע טעג נשמה׳לעך געפארעמט פאר אומגליקליכע פארן וועלטן געשטורעמט עולמות געבארן השם מי כעמך ישראל גוי א שטאנהאפטיגע בר סמכי זיי פארבלייבן גענוי מלאכים גלאצן מיט קנאה בניך ובוניך תיקרי א מזמור פון קינה כי שם השם נקרא מיט דיר איין עולה רגל זיין ארויף דעם בארג גיין מער נישט ׳אליין׳ באניי אונזער וויגל דיין וועלטל זיי מקיים מיט די 6 מיליאן ציגל בנה ירושלים!


bottom of page