top of page

א פולער חלל.


א פולער חלל.

בס"ד זהב טהור צו געל און ראסט פראכטפולער מארמויער צו שטיינער פארלאזט קדושה, לויטערקייט א טמא'נע מאסק ליבשאפט, אפנקייט אזא פראסק דער קודש הקדשים צו פוקס'ן שטאלן זוילן, קרשים אלס צופאלן גאלדענע עקזיסטענץ א ווייטע אמאל מיין ליבע רעזידענץ באזיצט ישמעאל לעבן און רום צו שאנד און שפאט א געלער דוים פאר א טויטער גאט קרבנות תודה דערווייטערט פון אונז אנגייענדע עבודה ארכעלאגישע געפונס טאג-טעגליכע התגלות אוממעגליך צוצוקומען די פופצן שיר המעלות ווער טוט דארט ברומען גייסטיגע הנאה צו זעהלישע פיין ושם נעלה ונראה וואו זאל איך גיין? די הייליגע דירה פארקראמפט אין וויי מי הוא בעל הבירה למה יאמרו איה? ביתך כבתחילה ברענג שוין צושטאנד ונבנתה עיר על תילה ערגענץ די איין וואנט רבון עלם פלאסטער די וועגן די עולה רגלים גיי זיי אנטקעגן רחם על ציון פאר איר זיך אן-נעם דאסניי טוה אויפבליען ירושלים, השם!


bottom of page