top of page

וואו ביסטו פארשוואונדן?


וואו ביסטו פארשוואונדן?

די פינקלנדע שטערן אין האריזאנט פאלן פילפארביגע אטמאספערן פארלעשן זייערע שטראלן די פויגל אין די לופטן פארלאשן זייער געזאנג די גראזיגע דופטן אויסגעוועפט פון לאנג די בלומעלעך אין שעם פארבויגן די קעפעלעך אייניג אין פראבלעם די גלאנציגע עפעלעך געפאלן דער שטרענגל די טרויבן באזייטיגט געהענגל נאך געהענגל צי זענען זיי געצייטיגט? דער הערשל אנטלאפן מיטן לעמפערט פונעם וואוינונג דער אדלער‘ס אויגן אפן אויפן לייב קוקט אין שטוינונג פראסטיגע סיגנאלן פון ענדלאזע טרוקן די בלעטעלעך פאלן אויפן מוט זיי דרוקן צווישן שרויפן, נאגל טוויסטער, סטעפל מיינע אויגן וואגל אין א מיסטישע נעפל פינגער צושטאכן און מיין הארץ מיט איר ברעטעלעך צובראכן פענסטער און טיר מיין שוץ, מיין שאטן ווי ביסטו אנטלאפן מיין זיץ, אפגעבראטן פון זון באטראפן ווי האסטו פארלאזט דיין רעזידענט צו וואלקן און פראסט ווערן געשענדט פון אפענע לעכער און געטליכע קוואלן צו פארבויעטע דעכער און פארהאקטע שטראלן שטיל, זיך פארשוואונדן מיר געלאזט אליין איך וויל, דיר פארבינדן נישט לאזן גיין בלייב מיט מיר מיין סוכה'לע ליבע אויף יעדע ריר אויך מצבים טריבע פון דיין שיין, דיין וועזן און שכינה'דיגע אטמאספער זאל בלייבן פאר שפעזן און נוצן אלס געווער כ'וועל באגנוגן דאסמאל מיט דיין שיריים ביזן זיך טרעפן נאכאמאל איבער'ס-יאר אין ירושלים!


bottom of page