top of page

אין איין ווארט


אין איין ווארט.

בס"ד איך זוך און זוך עס אין מיין סליחות אפשר דארט טרעפן וועל איך זיך פארשטעל איך עפעס א ווארט וואס זאגן קען ער בעסער און שענער אזויפיהל וואס איך וויל קורץ און שארף אלס וואס איך דארף און מיין פולע געפיהל אין תהלים'לס קאפיטלען צווישן אלע טיטלען איך טוה ארומקריכן אין סידור'ל איך בלעטער אפשר וועט ער זיך אפירזוכן סטוט זיכער עקזיסטירן א ווארט צי דעשיפרירן מיין ווייטערדיגע וועג איך זוך איר מיט לעכט פארטאגס און נעכט שוין די לעצטע פאר טעג מיין יאר פארגאנגענע מיין נפש געפאנגענע עס זאל דעסקרייבן מיינע רצונות אייזן און ווילן צי באווייזן אין א ווארט שרייבן וואס איך זוך דא איז וואס טוה איך דא אויפן וועלט צווישן אזויפיל נפשות א מבול פון קשיות אריינגעשטעלט וואס טוה איך צו וואס ציה איך א תשובה זיך פארזארגן פארוואס נישט ווי נעכטן וואס דארף איך פאררעכטן צו א בעסערע מארגן אן איינציגע געשריי פשוט וואס איך פארשטיי איך דארף געפונען א ווארט וואס קען זאגן אלס וואס ליגט מיר אויפן מאגן און געווינען געטראפן ענדליך עפעס פארשטענדליך און איר אויסוועהל איך אין מחזור'ל דארט איז געטראפן, די ווארט איז ה-מ-ל-ך-!


bottom of page