top of page

די דריטע!


די דריטע.

אויף די ערד אונמאכט מיט ביטערע קלאג אין טונקל פון נאכט בענקט נאך טאג באטראפן מיין פאלק אזוי טראגיש און ביטער איבערגעלאזט מיט ערפאלג פארטרוקנט און שיטער איכה, וויאזוי טרעפן א נחמה באוויינען גענוי דער דריטער וועלט מלחמה קיין שווערד קיין שפיז אבער קאמפן טעג און נעכט זיך מאכן זיס און מיינען שלעכט קיין ביקס קיין געווער אבער ס'פאלן ווי פליגן דער גרינג איז שווער און טוט איבערקליגן קיין טאנק קיין קאנאנען אבער נשמות פארוואגלט קאלירן נישט שוינען און מיט תאווה באהאגלט קיין פייל און בויגן אבער בילדער געמיינע אויסשטעכן די אויגן פון נשמות ריינע קיין באמבע קיין קויל אבער דעם שונא צושאסן באלאגערט מיט גרויל באזיגט מיט אומבאשלאסן אן האמער און האק אפגעריסן דעם שטאם אומהערבאר דעם קנאק אומשפירבאר דער סם קיין כלי מלחמה נאר מאשינען יעדע סארט געצילט אויף נשמה אינעווייניג דארט קיין ארמיי קיין קאמאנדאס נאר סאפיסטיקירטע וואפן פון שמוץ און שאנדעס און טאבלעטן צי פארשלאפן קיין דורשט קיין הונגער צי מאכן יודן ריין פארשווערן מיט גרינגער און זיך שחטן אליין קיין יסורים קיין צוואנג קיין ברעכן שויבן נאר פיעטשקען גענוג לאנג און אליין טוישן גלויבן קיין לאגער קיין דראטן נאר א נעץ פון אפנקייט שטעלן אין שאטן אמתע פרייהייט אויסגעהוילטע סקעלעטאנען וואלגערן זיך אין גסיסה און זענען נישט בייגעשטאנען דער אינערליכער מיתה גענוג א ביטערע שטאך מפני חטאינו גלינו והתרחקנו, א פרישע בראך פאדערט א נייע קינה דער פיסן בענקל פון פראכט וואס דו פלעגסט נוצן איבער איר היינט נאכט מיט טרויער מיר זיצן ס'וויל זיך וויינען די געפיל איז אפגעשטארבן קומט נאך מער צום וויינען אויפן אייגענעם חורבן קיין צייט איז נישטא השיבינו השם סזאל נאך זיין איינער דא צו קומען פארוועם זיי מקצר די שטונדן פון די מלחמה פארגעשריטענע הייל שוין אויס די וואונדן פון די מלחמה געליטענע לאז אונז שוין הערן דער פייף דער גוטער אינאיינעם בקרוב אומקערן צום ביהמ"ק דער דריטער!


bottom of page