top of page

סיגנאלן


סיגנאלן.

דער נערווירנדער סיגנאל רויט, שטעל אפ שטייט דארט, ווייל זאלסט קענען פארן דארט אראפ דער אפשטעלנדער אקטעגאן אין גוטן פלאץ שטייט אז ער איז דארט, דאן איז דא א אנדערע זייט געל. פונדערווייט דרייעקיג טוט ער ווייזן ס'דא נאך א זייט וואו מען קען רייזן שטייטערהייט בלינקט-ער זאלסט אים זעהן מיטן לעקטער וואונקט-ער ס'דא נאך א לעין ספיד רעדוקציעס טראפיק און קאפווייען אבער די קאנסטרוקציעס פלאסטערן נייע שאסייען אזוי איז דער וועג אזוי דאס לעבן אמאל גייען די טעג אמאל בלייבט מען שטרעבן אז ביי דיר שטייט איז נאר א סימן אז אויף די אנדערע זייט איז יעצט פארנומען סיגנאלן זיי שטייען פאר דיר אנצווענדן באקוועמערע שאסייען בעסערע אומשטענדן אז דער וועג איז פארהאקט נאר נישט זארגן מסתמה איז די פאקט אז ס'בעסער הערשט מארגן אז די דורכגאנג איז פארשפארט דארפסט גארנישט טוהן בעט און ווארט ס'וועט ווערן גרין!


bottom of page