top of page

שניי-ווייז


שניי-ווייז.

פאראשוטן פון נאטור

ווייס ווייס

ווארעמע קאלדרעס

פון קאלטע אייז

פארגאפט, פארשיכור׳ט

אטעם פארכאפנד

האריזאנטן באצוקערט

אבסטראקט אבער טאפנד

פילפארביג געמאלן

נאר אן קאליר

בערג און טאלן

פון בלויז נאטור

פאדלאגעס ווייעך

פון הארטע שניי

טריט אין די הייעך

אבער אין תהומות גיי

דער הימל פלאך

צום ערד צובלאזן

דער גרויער דאך

קאלירט די גראזן

נאס און טרוקן

עקזיסטירנדע היפך

פיסטריט דערקוויקן

אין פלושענע טעפיך

דער גרינער יקום

פארפאקט אין וואטע

מיט ליבשאפט ארום

פון געטרייער טאטע

אפענע סתירה

קאמבאנירן טוט-אים

אין איין שורה

דער משנה עתים

יעדן טאג ניי

פול מיט קאנטראסט

מאך דערפון שניי

!נישט מאראסט


bottom of page