top of page

א ירושה פון רויעך

Dec 12, 2017
1 min read

א ירושה פון רויעך.

א העלדישע כח

צום פייער שפאנט

ארויף אין רויעך

אבער לייכט ביז היינט

לעצטע דיבורים

געלאזט א ירושה

פאררויכערט פון יסורים

אבער שמעקט מיט קדושה

כבוד פארציכטעט

פארלאזט פארמעגן

געווארן הינגעריכטעט

פונדעסטוועגן

צו א פאלק געפלאגט

געביטן גלויבן

פון גליק אנטזאגט

אויף נצחי דערהויבן

צאנקענדע פינקן

א פארגאנגענהייט

צו לעצט געווינקן

אין רויעך פארגייט

פארבליבן אין די נעכט

א הימלישע גערוך

פון הייליגע ליכט

שמן זית זך

אזא פארגעניגן

קומט נישט צי

וואס כ׳וואלט געקריגן

אלס גראף פאטאצקי

-

האפענונג צוגאנגען

חשכות אין מאכט

פארקלאמערטע צוואנגען

אין תהום פון נאכט

תכלה רגל מן השוק

נאך מאקסימום השתדלות

אן אמונה׳דיג בליק

צו השי"ת׳ס גדלות

גלייבן גלייבן

בלויז נאר דאס

און נאכאמאל גלייבן

ס'איז דא א בעל בית

מן החרכים שפאלטן

אונטער ספק טיף

ארגינעל באהאלטן

א ליבליכע רוף

אין דורכגענג שווערע

ווי א פארלאשענע נר

א טיפזיניגע לערע

פונעם ווילנער גר

אין מצבים שלעכטע

די אמונה גליעט

דאס איז די עכטע

שיינקייט פון א איד

איין איינציג גאט

נאך אלע פראבלעמען

השם אחד

!מיין פערזענליכע פך שמן


 
 
 

Comments


©Endetzadick

bottom of page