דיין נשמה. מיין הארץ.
- ענדע
- Nov 15, 2017
- 1 min read

דיין נשמה. מיין הארץ.
נאדל געשטאכענע געבויגן, ערשיטערט הערצער צובראכענע פארקלעמט, דערציטערט צוגאנגענע שטיינער צורינען אין פיין געשוואלענע פערל געווייקט אין געוויין נשמה וואו ביסטו? וואו טרעפט מען נחמה צום אייביגן רוה ארויף, אוי נשמה ניטאמאל געזעגנט זארגפעלטיג זיך געפארן און דאן דיר באגעגנט געוואלד, אין אן ארון א צווייגעלע פארשניטן איר בלום צוטראטן איר היים געביטן אונטער זאמד פארשאטן פרעגן איז נישט שייך די שווערע שאלות ווייל דארט פון די הייעך פארשטייט מען אלעס א שטעקן קען נוצן פאר פעטש אדער גיין נעם עס אונטערצושטיצן נישט אויף בלייבן שטיין דיין נשמה, דיין לעבן אזוי יונג פארשניטן מיר זאלן אונזער הארץ געבן זיך צי טוישן צום גוטן איבער בייזע ווינטן בלייבן נאנט, טאטע דינען דיר פון דא אונטן מיט די נסיונות פריוואטע די צוויי-טויזנט יעריגע יאך מיט רחמנות שוין צורייס-אים ואע"פ שיתמהמה, דאך ונאמן אתה להחיות מתים!
Comments