top of page

עקספעדיציעס


עקספעדיציעס.

עווערעסט׳ן קריכן אומגרייכבארע שפיצן אפגרונדן באזוכן וויסטעניש באזיצן

דימענסיעס ניי זוכט דער מדַבֵר קעלט רעגן שניי איבער נאטורן מתגבר

אנטארטיקע, סאהארא

ערד אומבאטראטענע וואולקאנישע פארע טעריטאריעס פארבאטענע

דזשונגלען, סיביר׳ן ארכעלאגישע פיראמידן לעבנס ריזיקירן פארהוילעניש שטודירן

פארשער, כעמיסטן צעלן און אטאמען פראפעסארן, סייענטיסטן רעאקציעס, סימפטאמען

לבנה קריכער באגעגענען די שטערן יוניווערסן זוכער אסטראנאמישע ספערן

טעכניק פארגעשריטן טעלעסקאפישע כלי מעשה אבסטראקטע ארביטן גאלעקסיעס, נאס״א

גלאבאלע ווייטן באגרעניצט גאר אינטולעקט וויל ער בייטן צו ליכט-יאר

געטראפן כמות פארפעלט איכות מיט אייגענע ד׳ אמות האסט קיין שייכות

עולמות פארשטעלט טיף אין דיר אין דיין פארגעסענע וועלט כאפ א שפאציר!


bottom of page