top of page

שבת הגדו"ל


שבת הגדו"ל

שטיל, איינגעבויגן א שיעפע רוקען אנגעשטרענגט די אויגן יעדע ברעקל נאכקוקן גיי נישט דא גיי נישט דארט וואס טוסטו דא? ריר נישט פון ארט צושטיפט אין קיך פלאסטיק געשיר אויפעסן גיך אויף חמץ קאנצעטריר א סערוועטל פאר די חלות זאלץ אין א ברוינפן-קאפ דיספאזעבל אלעס אזש ביזן טאפ צי אין די קארידארן שמאלע א פארטעבל שבת-טיש מחדש על פלאסטיק-קאפ יין מלא און א שטילער כל מקדש פון ארבעטן ווערט נישט מיד אשרינו! צוזינגט זיך א ליד אט איז די גדלות פון א איד! טליתים געלע אן עטרות מראות ספעציעל שבת הגדול קלאר-איז בעקיטשעס אפגעריבן קאלירן וואס בייטן ווערט שוין באשריבן אויף בעסערע צייטן די גארטל דיזיין שטימט נישט מיטן לבוש א קנעפל נאר איין א ירושה געמיש קליידער מער לאטעס שיך, אויסגעוואקסן שמאל פון בוידעם שמאטעס פונעם אלטן אמאל די שטריימל שפיצן סצענעס האלב פארשטעלט דעם שבת דורכשוויצן ס'נישט עק וועלט פון ארבעטן ווערט נישט מיד אשרינו! צוזינגט זיך א ליד אט איז די גדלות פון א איד! ליל התקדש חג דער נפש שפירט מלכות צוגערישט געשמאק אזוינס און אזאלעכעס די זעהל דערפריידט ורוממתנו אזויפיהל זאכן באנייט שהחיינו די קינדערליך זאגן קדש מיט פרישע כוח נייע קליידער, תתחדש שמחה אין מוח אן די שווערע יגיעה קיינמאל וואלט מען דערגרייכט רבותינו זמן הגיע צו די הייליגע לויטערע נאכט פון ארבעטן ווערט נישט מיד אשרינו! צוזינגט זיך א ליד אט איז די גדלות פון א איד! דער לאנגער גלות נעמט קיין סוף די מצב שמאל איז קוים מען נעמט זיך צונויף פארמאטערנדע פלאג טעגליכע נסיונות נאך א שווערע טאג לויטער כשלונות ארבעטן פאר געלט מחנך זיין בנים אין די טריפה'נע וועלט א הסתר פנים צושליסן בין הגוים צושפרייט צווישן אומות עד נפש באו מים אין די שרעקליכע טומאות מען דראפעט גראדע ווענט אבער מען גיבט נישט אויף מיט די אייגענע הענט אויפן לייטער קרוכט ארויף פון ארבעטן ווערט נישט מיד אשרינו! צוזינגט זיך א ליד אט איז די גדלות פון א איד! אט אט הנה זה בא מען הערט שוין די קלאנגען בן דוד איז שוין דא מיט כבוד איהם ענטפאנגען דעמאלט קלאר וועט זיין אז פון די פלאג געווען מרויח די ביטערע יגיעה און פיין האט מקרב געווען ביאת המשיח! פון ארבעטן ווערט נישט מיד אשרינו! צוזינגט זיך א ליד אט איז די גדלות פון א איד! * בבקשה מן שאול א-ל ברוך גדול פאר אונז אויספועל בעבור שמך הגדול שמע בקול שבת הגדול בביאת הגואל וקרבתנו מלכנו לשמך הגדול על עולליך חמול תקע בשופר גדול!


bottom of page