top of page

א זייפן בלאז


א ״זייפן בלאז״

שפאציר מיר אזוי צווישן די איילס אין ״עמעזינג ספענדינגס״ אין מאנסי זוכענדיג צו כאפן נאך א מציאה און נאך איינס. דאס פאר די קינדער, פאר די הויז, קאר, איין מינוט… דאס איז דאך אויך גאר וויכטיג, און דאס וויל מען דאך שוין לאנג קויפן. אריין אין קארט. דורכגייענדיג די איילס פון זומער שפילצייג זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די ״באבל׳ס״. אלע סארטן, מאסן און קאלירן פון באבל׳ס, מט א סמיילי פון אויבן און אן. אריין אין קארט. זאלן די קינדער הנאה האבן אין די הייסע טעג אונטערן זון. אהיימקומענדיג צו די קינדער, הייב איך אן אויספאקן די אוצרות, ווען די קליינע שטייען אין די זייט און ווארטן אויף די ערוואטעטע אפיקומן׳ס… האב איך געעפנט א שאכטעלע באבל׳ס און איך ווייז מיט גרויס עקסטאז פאר מיין גאר קליינטשיקס דער וואונדער, טאטי בלאזט און עס פלללליעט באבל׳ס. וואוו אזוינס, מיט זיינע קליינטשיגע הענטעלעך לויפט ער נאך די קריספי גלאנציגע פילפארביגע באבל׳ס… פרובירט זיי צו כאפן איינס נאך איינס, אבער זיין קליינטשיג מוח׳ל ווערט קלאמוטנע, איינזעהענדיג גאנץ שנעל אז ער האט נישט עספיעט צו כאפן אפילו איינס פון די ציענדע שוועבענדע מארבל׳ס. טאטי, נאך. הארצן גערן שעפעלע, טאטי בלאזט נאך… און ער, מיט זיינע פיצנקע כוחות פרובירט צו כאפן איינס נאך איינס, ווען אין די לעצטע רגע, פלופס, זיין געגארטע אוצר׳ל ווערט אים צובלאזן אן איבערלאזן נאך זוך א שפיר, אחוץ א זייפיגן פלעק מיט וואס די מאמע וועט זיך מוטשענען דאנערשטאג נאכט… פארפאלן, דאס אומרייפע מוח׳ל באגרייפט נאכנישט אלעס. א גלאנציגע באבל איז סכה״כ א אויפגעבלאזענע זייפל וואס צופיצעלט זיך מיט בארירונג. און מיין מוח? אה, איך בין דאך די טאטע… אזוי גאר? אזעלעכע ציענדע קאליר׳פולע זאכן שטעלט דער גאס אהער, און מיר גרויסע ערוואקסענע מוחות קוקן צומאל פארכישופט אויף די גלאנציגע רעגן-בויגן׳דיגע פאנטאזיעס מיט קנאה, דאס הארץ באכעט און ציעט, דער נסיון פייער׳ל וואס זיצט דארט בין מפתחות של לב אויף אויטא-פיילאט צינדט זיך אונטער, און עס ציעט, עס גלוסט. יעדער מיט זיינס. עס וויל זיך כאפן די לופט פארפולטע באליס מיט אייפער. ווען מיר פארגעסן אבער אז ווען מען רירט עס נאר אן, כחלום יעוף, ווי א ״זייפן בלאז״ ווערט ער פארשוואנדן. די דערדרוקענע ליידיגקייט וואס עס גיבט איז מער זעהבאר און שפירבאר ווי דער באבל׳ס. א פלעק? דאס יא.


bottom of page