top of page

!קולות וברקים


קולות וברקים!

הימעל און ערד איבערגעקערט אינגאנצן פארציטערט בריות ערשיטערט רעדה יאחזון השי"ת טוט ווייזן עס טוט זיך טומלן אפען די הימלען מענטשן, שאף, רינדערן יעדע טוט ווינדערן זיי זענען מקבל עס קומט א מבול... צו בלעם געאיילט ער זיי פארציילט דער גרויסער בורא גיט די תורה די הייליגע גמרא זאגט אן הגדרה לא כבשר ודם איז דער מלך רם אויף די וועלט איז אויסגעשטעלט א מלך גייט מיט רעש באגלייט אבער עס איז ידוע במלכותא דרקיע די קעניג וויל אלעס זאל גיין שטיל וכאן שואל הבן פארוואס דען איז תופס מקום די קולות וברקים? * די יודע מחשבות האט געלערנט די אבות אז צו האבן חשיבות מוז זיין חביבות הקב"ה אונזער טאטע אונז געוויזן בהאי שעתא אז נאר מיט ברען איר איבערגעבן מ'קען ווען די קינדער פארשטייען אין די וועגן זיי גייען א טובה פאר זיי איז צו זעהן די חיות דער טאטע פון שטוב וואס ער האט ליב אומגעזאגט גייט אריבער גרויס די אחריות דעריבער אין שטוב מ'רעדט זיך אנזעהן עס וועט דאס וואס איז טייער ערוועקט א פלאם פייער פייער מיט א רויעך האט א כח נאך פלעמעלעך פארשפרייט פארמערט ליכטיגקייט * דער זקן וכסיל מכשיל זיין וויל מיט זיינע מונדירן די טעכנעלאגישע קאלירן איין עצה דערקעגן טוט איבערוועגן די תורה צו פארקויפן אויף א אינטערסאנטע אופן די קינדער ערציען זיי זאלן בליען צו די תורה זיך קערן דיין קול צוהערן בלייבן געטריי צו ה' אלוקי דבוק אינעם תורת חיים און בקרוב גיין קיין ירושלים!


bottom of page