עצי שטים עומדים
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 1 min read

עצי שטים עומדים
רויטע צינגען העל-געלע רינגען פלאמען הויעך ווייס וואלקן רויעך די אויגן גלאנצן די פיסעלעך טאנצן די גלידער מיט טומל ארויף צום הימל הייליגער רבי שמעון דיין לימוד פארנומען לימודי ה' הם לומדים עצי שיטים עומדים יעדע מצוה נאה אנגענומען כראוי דרך גדולתו נאר גראד גענוי אונזער נפש אויך וואקסן ברויך דרך גדולתן געזונט כנתינתן דאגות פון ארום אלעס גייט קרום צובראכן נישט גראד פארקלאפטע צופאלענע מוט ביטערע מחלות אין קץ ותכלית אונזער נפש טרוקן איינגעבויגענעם רוקן די אויגן טרערט עס גייט פארקערט מיטן פיטום אראפ שטעלט זיך נישט אפ יכול לפטור העולם נעם אוועק די מכשולים די עקמומיות בקרבינו וטהר לבינו די רויעך רינגען זאל אין הימל קלינגען דורך די שווערע טויערן צו דיר אין די אויערן די צובראכענע נפשות זייערע בקשות פאר דיר קלאר-איז ידע כל הנסתרות לכל ישראל האיר דיין ווארט טייער ווי דא גענוי דארט אויך אזוי ישעות און רפואות פאר אונז פועל-דו-עס צורייס די גזירות דבריו עושה פירות פון דיין הויעך ארט רייס איין דארט ביים געטליכן כסא פונעם מלך רם ונשא מען זאל שוין אויסגראדן פלאך מאכן דעם באדן דעם צוזאג זיין מקיים און גיין קיין ירושלים אמר חזקיה א"ר ירמיה משום רשב"י כל המצות כולן אין אדם יוצא בהן אלא דרך גדילתן שנאמר עצי שטים עומדים.
Comments