top of page

עס טוט יא וויי דיין קינד!

  • ענדע
  • Oct 26, 2017
  • 2 min read

עס טוט יא וויי דיין קינד!

ניגון אל תירא פון מאטי אילאוויטש 1- אל תירא 2- בכל צער וצער 3- אני עמהם 4- אין הארץ וכו' ---- 1- איך טראכט צי מיר די שעה אויפן קליינעם בענקל דא ביים קינות אין ביהמ"ד היינט צופרי וואס זאגט הקב"ה 1- איך ווארט דאך יעדן טאג די שכינה ביטער קלאגט מיין טייער קינד, וואו ביסטו וואו אמר הקב"ה 2- איך בין אזוי אין צער אוי אוי, אויף דיר מיין קינד ישראל שגלו, מעל שולחן אביהם 2- די שכינה איז אויך צער אוי אוי, לאב שהגלה לבניו אמאל און צום גלות, נעמט נאך נישט קיין סיום 3- אני עמהם, בכל צער וצער איך גיי דאך מיט זיי, און עס טוט מיר וויי דערפאר אני עמהם אינעם גלות זייערע און שפיר אויך אליינס יעדע גזירה 4- אוי, איך ווארט אויף דיינע טרערן פארוואס טוה איך נישט הערן דיין געוויין, אויף צער השכינה 4- אזויפיהל צרות און ליידן שוין דורך זינט נבוזראדן פארוואס איז אזוי שטיל דיין קינה? 2- און מיט גרויס צער אוי אוי, מיין תירוץ, דערפאר צום בורא מיט א קול א שטומען 2- שוין צוויי טויזנט יארן באלד אוי אוי, בין איך שוין אזוי קאלט די טרערן האלטן נישט ביים קומען 4- אבער אין הארץ אזויפיהל ווייען איי דו הערסט נישט שרייען ווייל דאס הארץ איז פארשטאפ, ווי שטיין 4- דו זאלסט קיינמאל נישט מיינען אז ווייל איך קען נישט וויינען ניין, טאטע, איך וויל צוריקגיין 4- אוי, מיר זענען דא אזוי פאריאגט צרות און נסיונות פלאגט דער ערגסטער יאך, גלות הדעת 4- די געפילן זענען געשטארבן טאטע זעה דעם חורבן קום נאר מיט מיר איינמאל אויף די גאס! 2- איך זאג דיר אצינד אוי אוי, עס טוט יא וויי דיין קינד דעם חורבן פון ירושלים 2- משיח שיק שוין און דערהייב שוין דיין קרוין מיט א נחמה בכפליים!


Commentaires


©Endetzadick

bottom of page