top of page

על נהרות בבל


על נהרות בבל

ניגון אני מאמין הישן (מעת מלחמת העולם השניה). 1] איך שטיי ביים רוישיגן ים די געפילען איך נעם מיר צוזאם פילע כוואליעס קומען אן צום ברעג איינע נאך די אנדערע אן אן עק זיי טאנצן אויף ארויף, אין די הייעך דעם אייבערשטן צו זיין משבח דא אויף די וועלט, זענען זיי פארבליבן פון אויבן האט מען זיי פארטריבן 1] אזויפיהל יאר נאכאנאנד שטורעמען אזוי לאנג צום באשעפער הייבן זיך אויף באשעפער נעם אונז שוין צו דיר ארויף טויזענטער יארן, און זיי גיבן נישט אויף בכלל צענדליגע כוואליעס, איין וואל נאך א וואל יא מען גייט פון אונז, נעמען אביסעלע זאלץ אבער ווי אמאל, עס איז נישט נאכאלס 2] זיי ווילן נישט אויפגעבן זיי ווילן זיין דערנעבן צוריק ווי זיי זענען געווען די שכינה הקדושה פון דערנאנט געזעהן אנן בעינן זיי ווילן פארדינען למהוי קמא מלכא 2] אמאל געווען צוזאמען פארטריבן איבער ימ'ען צוטיילט די קינדער פונעם מאמען און דאך געגאנגען אין די פלאמען ווייט פון ווי מיר שטאמען באשעפער – דאך אני מאמין שטעל דיר שוין פאר, ווי שיין וועט עס זיין צוזאמען * 1] מיר זענען געווען שכנים געלעבט שיין אינאיינעם התגלות השכינה אפן געזעהן אין בית המקדש דארטן געווען מיליאנען אידען, מיטן קרבן תמיד ותודה מיט די כהנים מיט זייער הייליגע עבודה מקריב געווען א טאג טויזענטער קרבנות ליידער היינט געבליבן פון דעם חרבנות 1] די מצב זייער שמאל איז געגאנגען ליידער אין גלות פארטריבן געווארן פון אונזער לאנד פארברענט – צובראכן געבליבן נאר איין וואנט צווישן די אומות, ווייט פארטריבן פון די געטליכע פראכט איז גארנישט געבליבן שוין אזויפיהל יארן, ביי די פיינט איינגעשפארט אויף משיח, מען שטייט און מען ווארט 2] על נהרות בבל דארטן ביים ים ביים ברעג – ביים בארטן שם ישבנו גם בכינו אוועקגעריסן פון די שכינה די הענט פארבינדן ירושלים אונטערגעצינדן עס ברענט, עס ציפט די אפענע וואונדן 2] ווייט פונדערהיים דאך אויף קידוש השם זיך געהאלטן מיט די פעסטע אמונה צווישן די גוים מיט די גרעסטע שנאה סיי בייטאג און סיי ביינאכט געשטאנען אויף די וואך געלערנט געדאווענט, נישט משנה געווען קיין זאך 2] אין די שווערסטע צייטן זיך געהאלטן נאנט צום טאטן מיט מסירת נפש בייגעשטאנען אויפן וועג קיין אוישוויץ אויף די באנען וואו באהאלטן די ביסט פון מיר ביים שוועל - פון טויט ביים טיר באשעפער מיר ווילן נאך אלס זיין נעבן דיר 2] אין שווערסטן מצב פון לעבן קיינמאל קיינמאל אויפגעבן פונקט, ווי די וואסער כוואליע מיין אידישן נאמען נישט מאכן קאליע איך טוה ווארטן מיט געגועים טאטע, מאך שוין דעם סיום נעם צוריק דיין ילד שעושעים 2] אמאל געווען צוזאמען פארטריבן איבער ימ'ען צוטיילט די קינדער פונעם מאמען און דאך געגאנגען אין די פלאמען ווייט פון ווי מיר שטאמען באשעפער – דאך אני מאמין שטעל דיר שוין פאר, ווי שיין וועט עס זיין צוזאמען * 3] קינדערלעך הערט מיין הבטחה אשרי העם שככה ס'וועט קומען א עק צו די שווערע זמנים האלטס נאך אביסעלע אויס איך וועל אייך נעמען אויף מיין שויס צוריק צום מקור צום עבודת הכהנים 3] מיט משיח אינאיינעם נישט איבערלאזן פארפאלן קיינעם דעם ביטערן גלות זיין מסיים בקרוב וועט עס געשעהן ווען מען וועט מיר שוין קלאר זעהן און בשמחה גיין קיין ירושלים!


bottom of page