top of page

!ס'שנייט

  • ענדע
  • Oct 26, 2017
  • 1 min read

ס'שנייט!

וייסע ברעקעלעך ווי פוכענע פעדער, פון הימל פעקעלעך הנאה האט איעדער. פאלט געלאסן ווינטן בלאזן, באדעקט די גאסן אויף ביימער און גראזן. אינדרויסן קאלט די וועלט באדעקט, שטיל ס'פאלט אונטער א דאכענע פארשטעקט. ווייעך, געשמאק א געטליכע ישועה, א ווארעמע איינפאק פאר די גאנצע בריאה. פונדאסניי הערצער דערפריי פון טאטן געטריי ווייסע שניי... פאר יעדע באשעפעניש א נאטורליכע דעקע, זיין באדערפעניש פון השי"ת'ס טעקע. די נאטורליכע וועלט א רואיגע געוויסן, אלעס אפגעשטעלט פון נאטור געניסן. אויב פארקערט וואלט געוען די קאליר, וואספארא ווערד וואלט עס געווען פאר מיר. אימיטן פוסטן ווינטער ער טוט דערפרישן, א שניי רוקט אונטער דארט אינצווישן. פונדאסניי הערצער דערפריי פון טאטן געטריי ווייסע שניי...


Comments


©Endetzadick

bottom of page