נישט רעגן אויף רעגן!
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 2 min read

נישט רעגן אויף רעגן!
א גערוך פון געשניטענע גראזן א ווינטעלע טוט בלאזן איך טוה קלאצן אויף די בלומען וואס שפראצן די זוהן שיינט און לייכט די בריאה אין איר פוהלן פראכט אביסעלע שפאצירן גיימער צווישן די הערליכע גרינע ביימער א ווינדערליכע רויז שיינט דארט ארויס זי טוט שטאלצירן מיט אירע הערליכע קאלירן פעלדער לאנגע מיילן אויף זיי דו זונען שטראלן זיי אלע מסתמה שטעלן צוזאם די הערליכע פאנאראמע אין אזוי אינמיטן שמועסן פלוצלינג נעמט זיך גיסן... א גאָס רעגן באדעקט, פארבלאטעט די וועגן נאס און קאלט די מוט עס פאלט פאכמורעט די אטמאספער מיט געשלעפט איך ווער איך הייב אן טראכטן עס קען זיך דאכטען די רעגן סתם ס'שטערט וואס איז עס ווערד... אבער איין מינוט איך טראכט אריין גוט די וואלקן די רעגן וועם טוט ער פרעגן דער משנה עתים ער טוט איהם די רעגן שיקן די וועלט צו באגליקן ס'קוקט אויס שלעכט אבער עכט יעדע טראפ איז ווערד עס מאכט וואקסן די ערד אלע צמחים מיט די דרכים אויב מיט וואסער באגיסען וועל איך פון זיי געניסען * די באשעפער אונז געשטעלט דא אויף די וועלט דורכגיין דעם וועג צו אייביגע גליקליכע טעג אמאל קומט אונטער א קאלטן ווינטער ביטער פארפרוירן איך פיל מיר פארלוירן צו א געזונטע רעגן אמאל די מצב שמאל איך טראכט פון פריער ס'ביטער פאר מיר די מצב שמאל איז אינעם פריוואטען גלות פיזור הנפש, גלות הדעת צובראכן, קאלט, און נאס איך טראכט כסדר נאר פאר מיר ליידער מיט די פליישיגע אויגן איך זעה ס'טוט נישט טויגן איך הייב אן טראכן עס קען זיך דאכטען די צרה סתם ס'שטערט וואס איז עס ווערד... דער יוצר כל היצור האט עס געגעבן פאר מיר! יא! א קריאה של חיבה מיט א ספעציעלע סיבה א נסיון פריוואטע פון מיין זיסער טאטע צו ערגענצן דעם פלאן וויאזוי עס דארף זיין! * איך שטיי אויף די וועגן אין די 'אייר רעגן' נאס די שטערן עס מאכט מיר קלערן יעדע טראפ מיט אזויפיל קאפ במחשבה תחילה יעדע פעולה דער אדון הנפלאות מאכט ח"ו נישט קיין טעות יעדע מצב אין לעבן טוט עפעס צוגעבן די וועלט וועט זיין ריינער זעהן וועט יעדער איינער ביי די ישועה קרובה אז אלעס איז לטובה 'כי אני ה'' אין יעדע מצב און קלעם דיין ווייטאג מיטטיילן 'רופאיך' און עס היילן! ווארט נאר מיט אמונה אויף התגלות השכינה דעם גלות זיין מסיים ביים ביהמ"ק אין ירושלים...! דאן וועלן מיר טראכטן גארנישט דאכטען יעדע רעגן איז באשערט זיכער איז עס ווערד...!
Comments