ניי!
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 1 min read

ניי!
מיט א רעקל ניי גראד איך שטיי יעדע פלעק גראד וואשן מעסטן וואס אריינצולייגן אין די טאשן אכט איך גיב גוט אויף א נייע הוט א פלאסטיק ביי יעדע שניי קליין קיין טראפ נישט כאפן, בלייבן ריין די ראבערס אויפהייבן שיין עס זאל בלייבן שטייטלעך אראפלייגן ביי הנחת טלית ותפילין מיט עקסטערע קעיר, נישט סתם שפילן נייע שיך נישט שפאנען גיך היטן פון קריצן פון זאלץ שניי און היצן פאלישן צוויי מאל א וואך און אזוי אסאך ביישפילן נאך... דאס אלעס נעמט אן עק ביים ערשטן פלעק נישט מער אזוי געטריי היט מען אויף זיי עס איז דאך שוין סייווי נישט ניי א שאד די וויי * ווען עס איז שניי ווייס די נשמה קען יעדע מלחמה דירעקטירן דעם וועג צו פירן פון די גוי'אישע וועלט, צו פון זיידן צום גיהנום אדער גן עדן דעריבער איז נישט קיין וואונדער פארוואס מיר זאגן פאר די קינדער דער ליל התקדש חג גאר איז סדר אויף א גאנץ יאר נאך שבת החודש און פונעם חמץ ביעור לטוב ולרע, יעדע ריר צו אן אנדערע דירעקציע עפנט א טיר אינעם הייליגן חודש ניסן געדענקן און וויסן אפהיטן דעם יסוד צום ה' אחד אפגעריבן, הערליך גלאט א הייליג נייע בלאט ובחרת בחיים לשנה הבא בירושלים! ותעשה בו חדשה. לבראת ארץ חדשה. להנתן דעה חדשה. לכרות ברית חדשה. להבראות בריה חדשה. להתחדש רוח חדשה. (יוצר לפרשת החודש)
Comments