ירידה לצורך עליה
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 1 min read

ירידה לצורך עליה
די קינדער ווי סאלדאטן די אויגן פול מיט וואונדער, זיי קוקן אויפן טאטן מיטן זילבערנעם צינדער. די הערליכע מנורה מיט פראכט ביים טיר שטייט גרייט, חנוכה די ערשטע נאכט די לופט פול מיט פרייד. די אטמאספער שניידן קען-מען ממש א שטילקייט ביי די גאנצע משפחה, ווען די טאטע נעמט דעם שמש און מיט א ברען הייבט אן די ברכה. הנרות הללו קודש הם... מיט א פרייליכע תנועה, אויך היינט ווי בימים ההם ווארטן מיר לה' הישועה. די לעכטעלע צופלאקערט זיך אין א טאנץ אבער אמאל זי פאלט אראפ, און ווידער מיט איר פולן גלאנץ זי דערהייבט זיך און שטעלט זיך נישט אפ. זי וויל אויפגעבן און פאלן אבער שטארקט זיך ווייטער אויף ארויף, ווארפט אירע ליכטיגע שטראלן און גיט קיינמאל נישט אויף. און דערנאך זי טוט זיך הייבן איר ליכטיגקייט טוט באלייכטן, פעסט זי טוט שטיין בלייבן און לאזט מיר אין א זייט טראכטן... נר ה' נשמת אדם געגליכן ווי א לעכט אין איר מלחמה, אויפן זעלבן גאנג און שטריכן איז די עבודה פון יעדע נשמה. ווען איך שפיר הילפלאז, פארלוירן אן כח אט אט איז די ישועה, מיט אמונה זיך שטארקן אין מח אז ירידה לצורך עליה! ווי א קינד וואס פאלט און גייט ביז ענדגליטיג שטייט ער, אויך איך בין איבערצייגט צו גרייכן ביזן שפיץ לייטער. ווייל ארויף און אראפ אזוי גייט דאס לעבן, שטעל זיך קיינמאל אפ דאס איז דיין תפקיד, נישט אויפגעבן!
Commentaires