top of page

יענע ווען


יענע ווען

אסאך אסאך טעג פאר איך אויף דעם וועג צווישן די טונקעלע בערג פונעם טראוועי און דארט איך זעה פארן אויך היינט איך טוה אינעם פארטאגס גאר פרי און באמערקן איך קען 'יענע ווען' א ווען פונקט ווי א יעדער טירן פענסטער, 4 רעדער אבער מיט ווערטער גאר שמאלע "גמ"ח הצלה" מידי יום ביום די וועלט נאך אויף קוים אין יעדן שווערן וועטער פארן אויפן וועג וועט ער ביים רעדל זיצט א איד די אויגן געשוואלן מיד שוין היינט געפארן אפאר מאל אפצוטראגן חולי ישראל די חולי ישראל ומשמשיהן צום שפיטאל טראגן זיי גייען קיין חילוק נאנט צו ווייט קורץ אדער א לאנגע צייט די געטרייע וואלונטירן די אידישע קינדער פירן פון הויז צום קליניק און פון שפיטאל צוריק שוין געזעהן שרעקעדיגע מאמענטן געטראגן שווערע פאציענטן אידן מיט ביטערע מחלות צו די ישועה עיניהם מיחלות זיי טראגן אפטמאל ליידער א קינד וואס וויל גיין אין חדר אבער יעצט פארט ער מיטן טאטן צווישן דאקטורים און ווייסע כאלאטן ווארטן מיט געדולד ווילאנג איר ווילט די חולה זאל זיך שפירן באקוועם ס'זאל גרינגער זיין פאר איהם זיי נעמען נישט קיין חילק-ווער טראץ וואס אויסגאבן ווערט נישט ביליגער די געז צו ס'ביליג צו טייער דאס איז נישט די חשבון זייער זיי קוקן נישט וואס ליגט דערונטער די עיקר די חולה זאל זיין געזונטער גרייט צו פארן הונדערטער מיילן אריינצושיינען האפענונגס שטראלן אוי! הלואי איך קען אפשטעלן 'יענע ווען' אין איהם בעטן ברחמים פאר מער נישט אזוי סאך-ארום א יעדע אידיש קינד זאל שוין זיין געזונט און אויב יא מען גייט זאל עס זיין פאר זמנים פון פרייד * די גיבורי חיל וואויל איז זייער טייל גרויס איז די שכר וואס עס קומט זיך דערפאר אויפן וואגשאהל טרעפן זיי וועלן שווערע בריקן און טונעלן בערג שניי און רעגן זיכער וועלן די זכותים איבערוועגן * אבער אין די זמן אז עס טוט ליידער יא זיין א געברויך פאר די טראנספארטאציע איז קריטיש וויכטיג די ארגאנעזאציע זיי קענען נוצן איר זאלט זיי שטיצן כאילו קיים עולם מלא... מיט "גמ"ח הצלה"!


bottom of page