top of page

יהא רעוא קדמך!


יהא רעוא קדמך!

מיינע געפילן פון די נעכטיגע געהויבענע סיום מסכת ראש השנה דורך חבורת "תורתך שעשועי", ווי איך האב ב"ה געהאט די זכיה צו זיין פון די באטייליגטע און פון די מסיימים. כן תעזרנו השי"ת להלאה. מיינע אויגעלעך גלאנצן די טרערן רינען די פיסעלעך טאנצן מחשבות שפינען. די אויגן פארמאכט אנגעכאפט די הענט די מוח פארטראכט עס שפרינגען מיט די ווענט. א געפאקטע זאל אין התרוממות'דיגע ריקודין א געטליכע שטראל לייכט אויף די אידן. איאיינעם צוזאמען מיט עקסטאז עס שפרונגט-זיך מיט שבח והודאה פלאמען פון זיך אליין זינגט-זיך. מיר דאנקן און לויבן פון הארצן טיפן צום גאטניו פון אויבן בענקעדיגע כיסופין. טאטע טאטע קוק גוט אראפ דא לעת עתה וואס שפיעלט זיך אפ. א פול קעפיגער ציבור בעטן מיט נשמה צו דיר זיין מחובר יהא רעוא מן קדמא. מיר האבן אריינגעלייגט פלאג ביטער ביטער שווער מיט מסירת נפש טאג נאך טאג צו לערנען און חזר'ן מער. אין דיין תורה די מתנה די געטליכע סם החיים מיט יגיעה און כוונה א מסכת געווען מסיים. טאטע געטריי דו וועסט זיין איבעראשט... תשע"ה נאך פון תורה רעש'ט. בעטן מיר פון דיר מיט בכיות פון בקשה און שמחה צו זיין מיט אן אמת נאנט צו דיר את זכר עמלק תמחה. שטן, טראץ דיינע ביטערע נסיונות וויל איך דיר זיין מודיע ס'איז דיר געזונטע בזיונות איך האב געהאט די זכיה. האסט געמיינט און געטראכט דו האסט אונז פארוואגלט אינגאנצן קוק אריין דא היינט נאכט וואו אונז אידעלעך טאנצן. דיינע כלים ציענד און קאלערד עס גייט מיר אבער נישט אן וואס איז דאס ווערד? כ'האב אינגאנצן א צווייטע אויבן-אן. באשעפער, 'אנא עבדא' זינגען איך גיי איך בלייב דיין געטרייע קנעכט דסגידנא קמיה מיט ליבשאפט עכט. גיב מיר כוח, מח, געזונט פרנסה בריווח, הרחבת הדעת איך זאל קענען דינען ווי א געטרייע קינד און נישט נשפע ווערן פון די טריפה'נע גאס. און מיט טרערן הייסע בעט איך מיט אלע אידן דתפתח ליבאי באורייתא בכל עידן ועידן. טאטע זעה די פינטעלע איד וואס טיף אין אונז ברענט מיר ווערן ח"ו מיד אפי' נישט אלעמאל מען דערקענט. כאפ אונז אן ביי די האנט און פיר אונז אויפן ריכטיגן וועג ביז אינאיינעם מען שפאנט קיין ירושלים צו די גליקליכע טעג!

זינגט אלע אינאיינעם... יהההההא רעוא קדמהההך, דתפתח ליבאי באוריתאאאאא, אוי, יהההההא רעוא קדמהההך, דתפתח ליבאי באוריתאאאאא...!


bottom of page