top of page

די קינות, תשעה באב - תשע"ד


די קינות, תשעה באב - תשע"ד

מיטן קינות אין האנד ליידער מיטן פאריעריגן באנד מיט טרערן אין די אויגן די קעפ איינגעבויגן זיצן מיר אויף די ערד די מוחות פארשווערט האלב פארלאשן די לעכט אין די ביטערע נעכט אביסעלע מען איז זיך מתבונן אינעם פיוט פונעם מקונן די גרויסע חורבן, איכה וויאזוי? מיר ווילן פארשטיין גענוי די ירושלים של מעלה די שכינה מיט אונז אלע די התגלות אלוקות אויף יעדע אידשע מהות די בית אלוקינו אויפן הר הבית די געטליכקייט אויף די כהנים אויף זיי איז פון די קרבנות א פארגעבנדע ריח מיט די חלבים אויפן קופערנעם מזבח ווי קען מען מיט משלים מסביר זיין די עולי רגלים מיליאנען אידן מיט זייערע זבחים עומדים צפופים ומשתחוים רוחים יעדע 12 חדשים גייט דער כה"ג אריין אין קדשי קדשים מיט א תפילה קצרה האלט אפ פון אידישע קינדער יעדע צרה א אידישע נשמה וואס איז שוין נישטא ווי עס איז מעיד דער הייליגער גר"א אז מיר קענען פשוט נישט פארשטיין גוט די קדושה פון א דעמאלטס'דיגע פשוטע איד די שיינקייט פון ירושלים בזמן שבית המקדש היה קיים עס קלונגט אין די אויערן מיר האבן דאס אלעס פארלוירן... ומפני חטאינו גלינו פארטריבן געווארן פון די שכינה צווישן עמים ולשונות צוליב אונזערע עוונות על נהרות בבל שם איכה ישבה בדד העיר רבתי עם דארט האבן מיר געוויינט נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט צובראכן און פארברענט אין שאנד געבליבן איז נאר איין וואנט די וועלטס שיינקייט און פראכט איז געבליבן א חורבה אין איין נאכט אוי עס רייסט עס ציפט אין הארץ די מצב שווארצער פון שווארץ שבת משוש לבנו על אלה חשכו עינינו דרכי ציון אבלות פרעגן מיר די שאלות לבי לבי על חלליהם וואס איז געשעהן מיט אונזער ירושלים צווישן די חכמים אלע איז אויך געפרעגט געווארן די שאלה על מה אבדה הארץ קיינער האט נישט געהאט קיין תירוץ צום בורא אונזער טאטע האבן זיי זיך געוואנדן בהאי שעתא טאטע פארוואס האט צו אונז פאסירט דאס על עזבם את תורתי אשר נתתי לפניהם! פארדעם איז דער חורבן ירושלים אז מען האט די תורה פארלאזט האב איך פארלוירן ח"ו טראסט איך האב אויף אלעם געווארט אבער דאס האט מיר געארט הקול קול יעקב, והידים האט עשיו פארברענט ירושלים טייערע טאטע הבט משמים וראה דיינע קינדערלעך זענען אזוי געטרייע אידן רייסן זיך אוועק די אויגן איבער גמרות איינגעבויגן אין די שווערע מצבים קשות געפאקטע בתי מדרשות הייליגער בורא... קוק וויאזוי אידן לערנען דיין תורה נאך א שווערע טאג אפגעמוטשעטע פלאג זיך געדרייט אין גאסן צווישן גוים אויסגעלאסן מען לערנט דעם עמוד, דעם בלאט מען מוטעשעט זיך אויף א פשט וויפל מסירת נפש און לעבן פאר דיר טוען זיי געבן אידן שטייען אין שורות זיך איינצושרייבן אין די פילע חבורות הונדערטער אידן ביי די בחינות.. נו, דארפן מיר נאך זאגן קינות? השיבנו השם אליך ונשובה אונזז טוען אמת'דיג תשובה נעם אונז נאר צוריק ווי שנעלער נאך איידער די פרישע דורכפעלער די שחיטה פונעם שטן בקרוב - וועט נישט שאטן דיינע קינדערלעך לייז אויס און בוי אויף דיין הויז צו דיין באליבטע שטאט לאמיר מיט משיח אינאיינעם גיין גראד צו די צייטן גוטע צום בית המקדש די דריטע!


bottom of page