אלע אינאיינעם!
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 1 min read

אלע אינאיינעם!
אידן טאנצן שפרינגען מען כאפט אן אין רינגען לויבן און זינגען אנע באדינגונגען אלע אינאיינעם נערים זקנים פריינד שכנים קוקט נישט אויף קיינעם אין די הייעך מען איז זיך משמח עס שפירט זיך די ריח למודי בניך טייערע אידן אלעס צופרידן מינים פארשידן פרייליכע ריקודין אן הפסקה ארום די הדלקה זיכער בחזקה אז איגרא פקע יוצר כל היצור וואס דו האסט פון פריער געהערט אויף מיר מקטריגים אן א שיעור אז מיר טוען זיך נישט פארשטיין קוק דו אליין אוי ווי שיין אין מירון טוט זיין ברודערלעך קומען צונויף במחול ותוף פון יעדע הויף הנה מה טוב אלע שטימען אלע געקומען יעדעם פארנומען ביים תנא ר' שמעון ברודעלעך צוזאמען אני מאמין מיר אלע שטאמען פון איין טאטע מאמען טאקע נישט אלעמאל גאנץ כלל ישראל באחדות אויפאמאל אזוי סאך אין צאל אבער ווי שיין און וואויל מקטן ועד גדול יזמרו במחול אף ר' שמעון לכל! טאטע צו דיר געוואנדן זענען מיר עפן דיין טיר קיין ירושלים אונז פיר ווי שיין און וואויל מקטן ועד גדול יזמרו במחול הקב"ה לכל!
Kommentare