!איי... א וועלט
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 2 min read

איי... א וועלט!
מיט ריינע השקפה פון פרעמדע ווינטן פארשטעלט וואויל אייך אייוועלט געלונגענע טאלאטנפולע אידן, אונטער שלייער פארשטעלט זענט איר ניק'ס אויף אייוועלט! באריכטן און אנאליזן, פון יעדע סארט נייעס אויף די וועלט נישט צו דארפן ארומקריכן נוצט מען אייוועלט עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן, ווי וואסער קוועלט מלא תוכן, פאר יעדע יומא דפגרא אויף אייוועלט געשמאקע ארטיקלן און בילדער, צוגעשטעלט א געשמאקע אטמאספערע אויף אייוועלט גריסן און שמועסן, פאר היץ און קעלט.. שוין באלד פארשלאפן אויף אייוועלט אידישע און אלגעמיינע היסטאריע, יעדע נושא אין פלאץ געשטעלט דורך די שרייבער אויף אייוועלט שפראך גראמאטיק און דקדוק, יעדע ווארט וויאזוי מען ספעלט דאס אויך אויף אייוועלט ניגונים און זינגערס, וואס מען האט ליב, און געפעלט אפ טו דעיט אויף אייוועלט היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער, פונקטליך וואס יעדער פארפעלט.. ריין פון לשון הרע איז אייוועלט שיעורי הקהילות, אינעם באשעפערס געצעלט יעדע קהילה דעם צווייטענס שאלות.. נאר אויף אייוועלט! הפוך בה דכולה בה, א ביהמ"ד פאר די לומדים אויפגעשטעלט טיפזיניגע שמועסן פול מיט תורה, א מקום לימוד אויף אייוועלט תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים, וואס השי"ת האט ערוועלט צו די שיטה הק' פון אונזערע הייליגע רבי'ס, האלט זיך אייוועלט איבער ספרים און מחברים, א לייברערי אויסגעשטעלט ווי דען אויב נישט אויף אייוועלט?! עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן, אן א פעני באצאלט געלט די שיינקייט פון אייוועלט ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס, עזרה ויעוץ אינעם ביזנעס-וועלט דורך די גאלדענע הערצער פון אייוועלט אלעס איבער קאמפיוטער, וויאזוי עס זאל זיין אנגעשטעלט מומחים אין אלעם איז דא אויף אייוועלט טעכנאלאגיע און ערפינדונגען, אלע כלי מכשירים אוועקגעשטעלט שיין מסודר און צייטליך געמאלדן אויף אייוועלט בילדער, גראפיקס און דעזיין, פון ארט און טאלאנט צוזאמגעשטעלט פון אלעם איז דא אויף אייוועלט אשר בחר בנו מכל עם, השי"ת האט אונז באהבה אויסגעוועלט מיר זאלן בלייבן געטריי צו די מצות וואס ער באפעלט די יצה"ר אונז צו פארנערן מיט נסיונות הטעכנעלאגיע אונטערגעשטעלט אבער מיר וואס זענען אינעם באשעפער'ס מיליטער איינגעשטעלט זענען שטאלץ זיך צוגעפונען און שרייבן אויף אייוועלט!
Comentários