אויסקוק פון פאראויס: תשע"ה
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 2 min read

אויסקוק פון פאראויס: תשע"ה
א יאר פון האפענונג אינעם גרויסן הסתר תשע"ד אבער מיר גלייבן און בעטן אויף א יאר דאס בעסטער תשע"ה די נסיונות ווערן אלס גרעסער און גרעסער תשע"ד אבער טאטע זיסער מיר וועלן זיין בעסער תשע"ה די דאגות הפרנסה דעם שווערן יאך תשע"ד השי"ת וועט געבן השפעות נאך און נאך תשע"ה אין עבודת השם נישט געווען אזוי וואויל תשע"ד אבער א שנה טובה ומתוקה, פאר אונז אויס-פועל תשע"ה די שפיטעלער פול מיט אידישע חולים תשע"ד גיב אונז באשעפער א יאר אן קיין מכשולים תשע"ה די משפחות המצפים, והילד איננו ואנה אני בא תשע"ד רעכט זיי אויף דאס יאר, שעת רחמים בזו השעה תשע"ה זיך געמוטשעט ביטער אין עבודת הבורא תשע"ד לייכט אויף אונזערע אויגן אין דיין הייליגע תורה תשע"ה אין די ביטערע נסיונות, בניך עומדים בלילות תשע"ד טאטע - ביים דין - פרעג די אויך נישט צופיל שאלות תשע"ה אמאל נכשל געווארן מיט א ראיה אסורה פון נייגער תשע"ד אבינו מלכינו, הס קטיגור וקח סניגור תשע"ה שמועות מבהילות, הרחוקים והקרובות תשע"ד א יאר פון לויטער שמועות טובות תשע"ה איין צרה ערגער פון צווייטען תשע"ד מיר קוקן ארויס אויף בעסערע צייטן תשע"ה וויפל האבן נישט זוכה געווען צו דעם וכתבינו בספר החיים תשע"ד אויף אונזערע הייסע תפילות קוק זיך אויף זיי אום תשע"ה מיט מסירת נפש געקומען יעדן טאג צום שיעור תשע"ד טאטע מיר ווילן זיין נאנט צו דיר תשע"ה וויפל אידן האבן זיך אנגעשלאסן אין די הייליגע "תורה" חבורות תשע"ד זאל עס זיין א מליץ יושר, א יאר פון גוטע בשורות תשע"ה זיך געמוטשעט ביטערליך אויף יעדע תאווה תשע"ד זוכה זיין צום לברך את עמו ישראל באהבה תשע"ה איבער די אלע טעגליכע נסיונות האבן מיר פרובירט צו שטייגן העכער תשע"ד אויף ערליכע אידישע דורות ווילן מיר זיין זיכער תשע"ה אם אין מליץ יושר, צוליב די עוונות עס וועגט אראפ לכף חובה תשע"ד רב חסד מטה כלפי חסד, א כתיבה וחתימה טובה תשע"ה מיר האבן געהאפט אויפן טאג, דעם ביטערן גלות זיין מסיים תשע"ד לשנה הבא בירושלים! תשע"ה
Commentaires