!א טענצל אין די נאכט
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 1 min read

א טענצל אין די נאכט!
גרעסער און גרעסער אין פולן פראכט שטערקער אין שטערקער אין די טונקעלע נאכט ליכטיגער און ליכטיגער די האריזאנט באלייכט שענער און פולער איר גרויס דערגרייכט צווישן וואלקענעס דיקע זי שמייכלט צו מיר איר דינע שיין און העל געלע קאליר דערנאך... קלענער און קלענער זי פאלט איין שוואכער און שוואכער ווערט איר שיין דינער און דינער מיט איר עקזיסטענס רייסט זיך אינגאצן פארלוירן נישט מער באווייזט זיך פארטונקלט, פארכמורעט אינגאנצן פארביי אין די פינסטערע די נאכט פארלוירן איך שטיי... ווען פלוצלינג ווידער... גרעסער און גרעסער אין פולן פראכט שטערקער אין שטערקער אין די טונקעלע נאכט ליכטיגער און ליכטיגער די האריזאנט באלייכט שענער און פולער איר גרויס דערגרייכט * גרעסער און גרעסער אמאל גייט עס שטערקער און שטערקער אסאך מאל שטייט עס העכער און העכער איך טוה שטייגן בעסער און בעסער מיין מצב טוט צייגן אבער אמאל... קלענער און קלענער ווערן די שטראלן שוואכער און שוואכער די מוט געפאלן פארטונקלט די מצב פארביטערט, פארלוירן צושאסן אנמאכט ח"ו אלעס אנגעוואוירן אין גשמיות א צרה אליינס אין פוסטן וואלד אין רוחניות א ירידה צו אידישקייט קאלט * שֶׁלּא יְשַׁנּוּ אֶת תַּפְקִידָם חודשליך ער דרייט זיך לַעֲשות רְצון קונם אויסטערליש ער פריידט זיך גרעסער און קלענער יעדע חודש נסיונות שענער און בעסער ערשיינט ער אן קיין חשבונות כשם שאני רוקד כנגדך און זעה דיין שיין מיט א טענצל אויף ארויף איך גיי אנגיין! גרעסער און גרעסער אין פולן פראכט שטערקער אין שטערקער אין די טונקעלע נאכט ליכטיגער און ליכטיגער די האריזאנט באלייכטן שענער און פולער איך וועל דערגרייכן
Comments