פון די אנדערע זייט טיר!
- ענדע
- Oct 26, 2017
- 4 min read

פון די אנדערע זייט טיר!
טאטע זיסער צו וועם דען אויסשמועסן זיך איך קען ווער וועט דען פארשטיין מיין ביטערע פיין מיין געזונט מיין פרנסה מיין גליקליכקייט אלעס פון דיר באשעפער באגלייט אבער הייליגער באשעפער די ווייסט דאך אז איך קוק ארויס אויף עפעס נאך! איך ווארט און ווארט עלנד און פאר'צער'ט און איך בעט אויך אצינד... ווען וועל איך שוין האלזן מיין אייגן קינד...? מיינע זודיגע טרערן ווער טוט דען צוהערן ווייל ווער וועט דען געפונען טרערן וואס טוט נאר אונטערן קישן רינען נאך א שווערע טאג ווער בארואיגט מיין פלאג? רבוש"ע! ווי לאנג קען מען די פאלטשע שמייכל ארויסנעמען מיין טייערע בני בית ווי שווער פאר זיי איז וויאזוי קען איך זיי מוטיגן ווען מיין אייגן הארץ טוט בלוטיגן ביי מיין שכן אין די זייט זענען חדשים א קורצע צייט אבער ביי מיר איז לאנג אפי' די סעקונדען און עס בלוטיגט די אפענע וואונדן ווען איך גיי אין שוהל ווי ביטער איז די געפיל וויאזוי קען איך גיין אז אין שטוב בלייבט א אידישע טאכטער א-ל-י-י-ן! אפילו צו רעדן האט זי נישט צו וועמען אירע חברטעס צו קאלן, זיי שעמען וואס זאל איך רעדן צו זיי? זיי מיינען זיי טוען מיר וויי און רבוש"ע, זענען זיי דען נישט גערעכט? ווען וועט שוין א קינד צושטערן 'מיינע' נעכט? ס'איז טאקע מיין ניסיון, דאך אבער טאטע זיסער ווי לאנג נאך...? אין די הונטערגרינד א זיס קול טוט זיך הערן דורכן טעלעפאון הערט מען נישט קיין טרערן... אבער אויף די אנדערע זייט טרייבעל שטייט א צובראכענע ווייבל מיט מיינע חברים'ס שמחות באמת איך פריי כאטש וואס נאר איך גיי צו זיי... אבער די ביטערע דרוק אין די האנט... ביי דיר אויף שמחות "בקרוב", איך ווער בלאס ווי די וואנט מיין הארץ שיעור עס טוט צוגיין איך פלאץ אויס אין א געוויין הייליגער באשעפער עד מתי ... וואס בין איך אנדערש ווי זיי...? אפילו צווישען מיינע אייגענע ווענט די דערדיקענדע שטומע זיך דערקענט אזא קאלטע ריינקייט און אומוטיגע שיינקייט איך ווארט איינער זאל מיין הויז איבערקערן אבי די שטופערישע געלעכטער צו הערן ווען וועלן קינדער ביי מיר טאנצן אבי די פלאר זאל נישט אזוי שיין גלאנצן א אידישע טאכטער ביי די לעכט און אויפן געפיל אזוי ביטער און שלעכט טאטע! עד מתי...? וועל איך צינדען לעכטעלעך צוויי... ביי מיין טאטע ביים סדר דערציילן די אייניקלעך פון חדר איך בין מיינע ברודער מקנא ווען וועט שוין 'מיין' קינד פרעגן מה נשתנה? יו"ט ביים דוכענען שטיי איך אליינס אונטערן טלית א מצב וואס דערציילט שוין אלעס מיין חבר'ס טלית איז שוין צו קליין... און איך שטיי מיר עלנד אליין ביי יעדע צוזאמקום מיין משפחה טוט שמועסן פון די קליינעמ'ס חכמה'לך געניסן נאר איך דארף מיר בייסן די ליפן ווייל מיר שטעכט עס ביז די 7'טע ריפן מיט מיינע חברים באקומען א קריאה של חיבה "בוני עולם" ליידענט צו א מסיבה פאר די אויגן פון אלעמען איך לויף ארויס ווייל... טאטע איך האלט עס נישט אויס! וויאזוי בין איך מסביר, וויאזוי איך שפיר ווען איך הער רעדן פון... מיר! מיין אייגן פעקל ווערט אויסגעשמועסט ביים טיש און איך אינדרויסן די טרערן וויש איך שטיי דא ביים אנדערן זייט טיר און די זעלבע שפיר איך ביי מיר דארט אינעווייניג רעדט מען פון 'יענעם' ווען ביי מיר, איז די פאקטישע גיהנום די קאמפיין בילד פון א טאטע מיט זיין קינד צונעמט מיר ווי א שטורעם ווינט אפי' די בילד אויפן גאס מאכט מיינע אויגן נאס די גבאי פון חברותות דרוקט מיר צו פארוואס האסטו נישט קיין חברותה צופרי וויאזוי ענטפער איך איהם אויף די שאלה? אז איך בין שוין אויף, נאך פ-א-ר זיי אלע... ניין איך גיי נישט אין ביהמ"ד אין מקוה צו אן אנדערע ציל אן אנדערע תקוה אולי אפשר 'די' פראפעסער וועט מיר אויפשפארן די פאריגעלטע שלעסער קיינער האט מיר ליידער נישט געזאגט וואס מען טוט ווען נאך דו חתונה עס גייט חלילה נישט גוט וויאזוי מען טרייסט... וויאזוי האלט מען די גייסט... ביים דאווענען איך טו צום באשעפער שמועסן טרערן עס טוט זיך גיסן הייליגער באשעפער איך האב קיין כח מער... עס פאלט א טרער נאך א טרער... איך וויל אויך שובבים אויסזאגן תהלים מיט מנין אבער איך זאג די קאפיטלעך אין א גאר אנדערער בנין צווישן ווייסע כאלאטן און גרינע ווענט אוי! ווען זאגן פאר איינעם, דאס אלעס איך וואלט געקענט מיינע מחשבות צוריק געפלויגן "די רעכטע הענט אויף די צוגעמאכטע אויגן"... וויפל געלט בין איך גרייט צו געבן אז "מיין" קינד זאל עס פאר מיר זאגן, צו דערלעבן טאטע נאר דו פארשטייסט גוט מין הארץ וואס טריפט בלוט איך בענק און איך לעכץ צו א אייגענע קרעכץ! * ברודערל מיין די צרה איז טאקע נישט דיין אבער אונז אויף די אנדערע זייט טיר ווארטן נאר אויף דיר! אין די הייליגע טעג א זמן מסוגל צו בעטן אויף א קינד אינעם וויגל ר' משה לייב סאסובער האט זיין כל נדרי אוועקגעגעבן פאר א "קליין קינד" וואס טוט וויינען דערנעבן אין די הייליגע ימים נוראים טוט אוועקגעבן פאר אונז אפאר רגעים איין טרער פאר א צווייטן וואס טוט מיינען אז מיר "גרויסע" זאלן מער נישט וויינען! פון צדיקים שטייט די געדאנק אז ווען פאר א צווייטען טוט די צרה טוהן באנג דער נצרך בעל כרחו געהאלפן ווערט ווייל 'זיין' צער איז פאר 'דיר' נישט באשערט! חברים טייערע! המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה זיין אייגענע תפילה לאמיר איינרייסן ביים גוטן טאטן אין אזעלעכע הייליגע צייטן פאר די משפחות וואס קוקן ארויס צו האלזן אן אייגן קינד אויפן שויס די צובראכענע פארפעלקער, קוק זיך שוין אויף זיי אום ווען דו בעטסט וכתבינו בספר החיים אז מיר וועלן פון זיי טראכטן וועט די מצב דארט אויפלייכטן וישמע אלקים את קול הנער עס איז אומבאשרייבליך די שכר א נשמה'לע וואס קען זיין דיין! האסטו יעצט די זמן אין אייער זכות וועלן מיר געהאלפן ווערן געוויס די גאנצע בריוו וועט מער נישט זיין אקטיוו מיר וועלן דאנקן און לויבן נישט נאר גלויבן מיט א טיפע כוונה פאר די וואונדערליכע מתנה די אלע רעשיגע קאמפיינען וועלן אונז מער נישט מאכן וויינען נאר אנשטאט הערן דאס געוויין פון אונזער תכשיט'ל אליין! השי"ת וועט די תפילות צוהערן און אפווישן אונזערע טרערן מיר וועלן זוכה זיין צו די ריכטיגע ישועה און ארויפגיין בירושלים הבנויה
Comentarios