top of page

שאק: אדווערטייזמענט געווארן אראפגעריסן


שאק: אדווערטייזמענט געווארן אראפגעריסן

"א גוטע עד ברענגט סעילס" דאס וועט אייך זאגן יעדע מארקעטינג עקספערט. און עס איז אויך א פאקט. אידישקייט איז א פראדוקט. א פראדוקט וואס השי"ת האלט געוואלט פארקויפן פאר אונז קליינע מענטשעלעך אויף דעם עולם א שפל, און אונז אידן האבן זיך צוגעכאפט צו די אייטעם מיט א פזיזות. אבער נישט יעדער פארשטייט דערצו... ווייל אונזער זיידע איז געווען ערליך און האט מקבל שם שמים באהבה – אינאיינעם מיט די שוועריגקייטן פון זיין א איד – מיינט נישט אז אלע קינדער און אייניקלעך וועלן אזוי שנעל זיך צוכאפן צו דעם אייטעם, אן אפילו אויב יא דארף מען האבן מזל אז ער זאל אנערקענען אין די גוטס פון דעם פראדוקט. אידישקייט איז א זאך וואס מען דארף מארקעטן. עס איז דא אזעלעכע וואס זענען ערליכע אידן, ריזיגע תלמידי חכמים, אויסגעהעראוועטע נשמות, אבער זיי ברענדן נישט זייער קאמפאני, זיי ברענגען נישט קיין רווחים לגבי מענטשן וואס זוכן דעם פראדוקט. זיי גיבן כאילו די געפיהל אז אידישקייט איז ביטער, זיוער, אדער גאר שווער. איר ווילט א גוטע 'עד' פאר אידישקייט? הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל. ז-כ-ר-ו-נ-ו ל-ב-ר-כ-ה. אוטש ווי דאס ציפט אין הארץ, עס ברענט די געפיהל און נאגט די געוויסן. מיר האבן איהם פארלוירן ער איז מער נישט מיט אונז. ליידער ליידער. א סעמפל וואס יעדע קאמפעני וואלט געזוכט ארויסצולייגן אויפן סטאר שאו קעיס איז מער נישטא! ווען א איד האט געוואלט זעהן א 'סעמפל' פון 'אידישקייט', די 'זיסקייט' פון אידישקייט, די 'שמחה' פון עמילות בתורה, די 'פקודי השם ישרים משמחי לב''! רבי מרדכי דוד. ווען מען האט געוואלט אנצייכענען אויף א איד, וואס רייסט שטיקער פון זיך, חומריות איז נישט קיין ארטיקל ביי איהם, און דאך איז ער אויפגעלייגט און מונטער! ר' מרדכי דוד. א איד א חכם מחוכם, וואס פארשטייט אזוי גוט צי אן אויבער חכם און דאך האלט זיך און דינט השי"ת בתמימות! ר' מרדכי דוד. א איד וואס זאל קענען גיבן א פסק פאר איינעם - און בלייבן גוטע אלטע פריינט – כאילו ער האט יעצט איהם געגעבן א קאמפלימענט! ר' מרדכי דוד. א תלמוד חכם מופלג, א שקדן, מתמיד, א גוט קעפל און א מבין צי א זיס שטיקל לומדות, וואס זאל נישט פארנעמען קיין אויבנאן, קיין לעדדערהעד, קיין מזרח וואנט, קיין אויפמערקזאמקייט, קיין מחבר ספרים, גארנישט! ר' מרדכי דוד. א מגי"ש באלד פופציג יאר, און מען הערט נאר פון מעריצים! ר' מרדכי דוד. א איד משכמו ולמעלה וואס זאל זיך אראפלאזן צי יעדעם קליינעם יונגל צי בחור'ל אין ביהמ"ד מיט א שמייכל און גוט ווארט, צי אן עצה טובה פאר א יונגערמאן! ר' מרדכי דוד. אז מען האט געוואלט ווייזן פאר די קינדער, קוקט אויף א איד וואס וועסט איהם קיינמאל נישט טרעפן בעצבות, אלעמאל בשמחה, אלעמאל בצהלת פנים, און עס קומט נישט פון הנאה גשמיות קיין טראפ! ר' מרדכי דוד. די ליסט איז צי לאנג און די אבידה איז צי גרויס אז מען זאל זיך באמת דא אפשטעלן. אבער די טירדות החג שטייט אויך נישט אין די זייט. מען דארף אנגיין מיט די הכנות. אבער אז מען טראכט אריין, איז די אבידה ניטאמאל משיג צי זיין, עס בלייבט א לאך וואס 'מען קען נישט' אנפולן. א איד וואס האט געסעילסט אידישקייט אויף א פארנעם וואס מען טרעפט נישט! איז ליידער אווועקגעריסן געווארן פון אונז. דאס איז וואס כשפיר ארויסצוברענגען לגבי דעם חשובן נפטר, ופטור בלא כלום אי אפשר.


bottom of page