שאו סביב עיניך וראו
- ענדע
- Oct 25, 2017
- 7 min read

שאו סביב עיניך וראו!
שאו סביב עיניך וראו! אונז לעבן אין א וועלט פאריאגט, פארפלאגט, און עס איז נישטא קיין צייט צו טראכטן אויף א רגע כמימרא, אבער ווען מען גיט א קוק ארויף אין הימעל, ווערט די מחשבה פון זיך אליינס אפגעשטעלט. די ענדלאזע הימל אנגעפירקלט מיט בריליאנטענע שטערנס אין די צענדליגע מיליאנען, כאפן דעם מענטשנס התפעלות. די שמייכלדיגע לבנה אנהייב חודש, וואס ווייזט אביסעל דעם שמייכל וואס קען מיטגיין מיט יעדע איד אפילו אין די נאכט פינסטערניש, שטופט דעם מוח פון א איד זיך אפצושטעלן און געבן א טראכט, מי ברא אלה? די פלאות השמים איז ענדלאז, אבער א קליינע בליק אין די רוממות קל קענען מיר פארט כאפן. עס האט זיך אנגעזאמעלט ביי מיר אביסעל ידיעות שרייב איך עס אראפ ליהנות בהם בני אדם, אעפ"י ס'איז שלא עפ"י סדר ממש. אבער בעפאר דארף מען קענען נומערן... די סדר פון נומערן (אין די ענגלישע שפראך): די נומערן איז אויסגעשטעלט אויף א סדר, יעדע טויזענט גייט עס ארויף א נומער, למשל, טויזענט מאל טויזענט איז מיליאן, טויזענט מאל מיליאן איז ביליאן, אאז"ו. יעדע נייע נומער לייגט צו 3 זיראוס צום חשבון. פון איינס ביז צען. צען, הונדערט, טויזענט. יעצט גייט עס מיט יעדע נומער טויזנט מאל די פריערדיגע. טויזנט מאל טויזענט איז... מיליאן, ביליאן, טריליאן, קוואדריליאן, קווינטיליאן, סעקסטיליאן, סעפטיליאן, אקטיליאן, נאניליען, דעסיליאן. דערנאך גייט עס אויף נאך א סעט: אן-דעסיליאן, דא-דעסיליאן, טרע-דעסיליאן, קוואטרא-דעסיליאן, קווינק-דעסיליאן, סעקס-דעסיליאן, סעפ-דעסיליאן, אקטא-דעסיליען, נאווע-דעסיליאן. ווידזשינטיליען. און אזוי גייט עס ווייטער, ווי אויף יעדע נומער לייגט מען צו די פריערדיגע נומערן, ביז עס שטעלט זיך צוזאם די ריזיגע נומערן, ביז "גוגל googul", די נומער גוגעל באשטייט פון הונדערט זעראוס. און די גרעסטע נומער איז גוגל-פלעקס, גוגל זעראוס! וואס באדייט די מאדנע נעמען פאר די נומערן? די אלע ווערטער זענען אלטע לאטיינישע ווערטער, נאר צוגעלייגט צום סוף 'יליאן'. ביי איז א לשון צוויי, Bycicle; bifocal – וועגן דעם הייסט די צווייטע נומער 'בי'ליאן. טריי איז 3, triangle – 'טרי'ליאן. קוואטרא איז אין ספאניש 4 - 'קווא'דריליאן. קווינט איז 5 – 'קווינ'טיליאן. סעקס איז 6 - 'סעקס'טיליאן. די איבריגע זענען אויך נומערן, וואס גייט אויך מיט די נעמען פון די גויאישע חדשים. אמאליגע צייטן איז מארטש געווען די ערשטע חודש, סעפטעמבער די 7'טע און אזוי ווייטער, אקטאבער, נאוועמבער, דעצעמבער. סעפט מיינט 7 – 'סעפ'טיליאן. אקטא 8 (octagon) 'אקט'יליאן. און אזוי ווייטער. כדי ממחיש צו זיין די מושג פון נומערן, אז א נומער איז נישט נאר נאך א נומער, נאר עס דאפעלט זיך און טריפלט זיך אויסטערליש, טראכט אריין ווי פאלגענד: א ביליאן סעקונדעס איז 30 יאר. הונדערט ביליאן, 3,000 יאר. צוויי הונדערט ביליאן 6,000 יאר... איין טריליאן, איז 30,000 יאר!! יעצט רעכן עס אויף קוואדריליאן... ליכט יאהר: אזוי ווי די נומערן זענען נומערן וואס גייען עד אין שיעור, איז ווען מען רעכנט ריזיגע נומערן ווי אין די נאניליען'ס, נוצט מען א פארקורצעטער ווארט דערפאר "ליכט יאהר". ווי באקאנט טוט יעדע זאך אויף די וועלט לויפן, "קול" לויפט אין א סעקונדע 1,087 פיס בערך(אין געווענליכע אומשטענדן, דורך טרוקענע לופט און רום טעמפעטשור). 714 מייל אין א שעה! דאס מיינט אז ווען איינער רעדט צו אייך הערט איר די קול מיט א רגע שפעטער ווי עס איז באמת. אויב שטייט איר א פיס אפגעריקט וועט איר עס הערן אין א ביליאנסטעל פון א סעקונדע שפעטער! "לעכטיגקייט" איז די שנעלסט לויפענדסטע זאך. עס לויפט אין א סעקונדע 186 טויזענט מייל בערך. אין א יאהר - לויפט עס 5 טריליאן 865 ביליאן און 690 מיליאן מייל! קומט אויס אז איין 'ליכט יאהר' באשטייט פון 5 טריליאן 865 ביליאן און 690 מיליאן מייל! יעצט אז מיר פארשטייען נומערן און וויאזוי מען נוצט זיי, קען מען נעמען די טעלעסקאפ אין די האנט, און פרובירן זיך אביסל אומצוקוקן אינעם הפלא'דיגן אטמאספערע. כדור הארץ: • איז אביסעל מער ווי 24,000 (24.854847689493) מייל לאנג ארום און ארום. • אויב טראכט איר פון אויפשטעלן א פרישע שטעטל ביים עקוועדא"ר איז עס גאנץ א פיינער אויסוואל. ביים עקוועדאר וועגט די מענטש מיט איינס אהאלב פראצענט ווייניגער ווי דא אין ניו יארק, און מיט דריי פראצענט ווייניגער ווי ביי די פאולס. • די וועלט איז טאקע רינדיג ווי א באל אבער נישט ממש. ביי די צוויי פאולס (סאוט און נארט) איז די וועלט אביסעל נידריגער – אריינגעקוועטש (עס איז באמת מער עהנליך צו א אוועל שעיפ). שבעה כוכבי לכת: לבנה: • די לבנה איז אין אןמקרייז בערך א פערטל אזוי גרויס ווי די וועלט. און אין וואג בלויז א זעקסטל בערך. • די ליכטיגקייט פון די לבנה אנצוקומען צו אונזער וועלט נעמט אן ערך פון 2 סעקונדעס (טראפ ווייניגער). חמה – זוהן: • די זוהן איז איבער 100 מאל גרעסער ווי די וועלט. און וועגט בערך 109 מאל מער. • עס איז לאנג 2 מיליאן 640 טויזענט מייל אין אומקרייז. • די זוהן איז ווייט פון די וועלט, 93.000.000 מייל! • די גראוויטי אויף די זוהן איז 28 מאל שטערקער ווי דא אויף די וועלט. דוגמא: א מענטש וואס וועגט 150 פונט, וועט אויף די זוהן וועגן 4.250 פונט! • 'לויט די גראוויטי פון די וועלט', אז מען ווארפט אראפ א שטיין פון די זוהן וועט עס געדויערן 22 יאר אנצוקומען צו אונזער וועלט! (עס קען נישט באמת אנקומען צוליב די גראוויטי פון די זוהן). • די ליכטיגקייט פון די זוהן געדויערט בערך 8 און א דריטל מינוט אנצוקומען צו אונזערע אויגן (די נץ איז באמת אפאר מינוט בעפאר). • די אנערגיע פון די זוהן גיבט ארויס יעדע סעקונדע אזויפיהל וויפל מען וואלט ווען געקענט צוזאמשטעלן 100 ביליאן היידראדזשין באמבעס! • נישט מער ווי א האלב ביליאן אנערגיע פון די זון קומט אן צו אונזער וועלט. • אז מען וואלט גענומען א שטיק זוהן אזוי גרויס ווי די קאפ פון א נאדל (טעארעטיש גערעדט), און מען וואלט עס געלייגט דא אויף אונזער וועלט וואלט מען נישט געקענט שטיין אין די 90 מייל ארום. כוכב/ - איז 36,000,000 מייל ווייט פון די זוהן. נוגה/ ווענו"ס – 67,000,000 מייל ווייט. מאדים/ מאר"ס – 144,000,000 מייל ווייט. צדק/דזשיפעטע"ר – 180,000,000 מייל ווייט. שבתאי/סאטערן – 880,000,000 מייל ווייט. • סאטערן איז פון די גרינגסטע פלאנעטן. אויב וואלט מען געקענט אריינלייגן סאטערן אין א ריזיגע וואסער וואלט עס געבליבן שווימען. מספר הכוכבים: וויפל שטערנס איז דא? אמאליגע צייטן נאך פאר עס האט עקזעסטירט די טעלעסקאופס האט מען מיט די אויגן געזען – אין די קלארסטע נאכט, נישט מער ווי דריי טויזנט שטערנס. און פארשער האבן געהאלטן אז דאס איז די מספר הכוכבים (די ברכה פון 'והיה זרעך כעפר הארץ' איז בכלל נישט געווען קיין דאגה פאר זיי, אבער ווען זיי זענען געוואויר געווארן דעם אמת האבן זיי געזעהן שטערנס...) וויפל שטערנס איז אבער באמת דא? חכז"ל אין מסכת ברכות (לב:) זאגן אונז אויס דעם סוד. "...אמר לה הקב"ה בתי י"ב מזלות בראתי ברקיע ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה וכולן לא בראתי אלא בשבילך..." • לויט דברי חכז"ל קומט אויס אז עס געפונען זיך אזויפיל ווי 1 קוואנטיליען 46 קוואדריליען 340 טריליאן שטערנס! ווען מען וויל עס שרייבן אין נומערן דארפט איר שרייבן וואו פאלגענד: 1,064,340,000,000,000,000. • לויט די חכמי אומות העולם דערגרייכט די מספר הכוכבים צו אזויפיל ווי 100 קוואנטיליען שטערנס! • די היינטיגע אסטראנאמיקער האלטן, אז דאס וואס זיי זעעהן היינט איז נישט מער ווי 5 פראצענט פון די ספעיס, און דאס איז שוין מיט די גרעסטע טעלעסקאופס. עס קען זיין אז די חשבון אין דברי הגמרא קען מען רעכענען אנדערשט, און עס קען זיין אז מיר פארשטייען נישט פונקטליך די דברי חכז"ל און די משמעות פון יעדע ווארט. עכ"פ כל דבריהם אמת ויציב. כוכבי שבת די אסטראנאמיקער וואס פארשן די ספעיס האבן מסדר געווען די ספעיס מיט א סדר: • מען האט צוטיילט די רוים אין בערך הונדערט "גאלעקסיס – גרופעס" יעדע גאלעקסי באשטייט פון אן עוורידזש פון א א ביליאן שטערנס (ס'דא סאאך קלענערע און סאך גרעסערע). • די גאלעקסי וואו אונזער וועלט געפונט זיך ווערט גערופן "מילקי וועי", עס האט בערך 2 ביליאן שטערנס. • צווישן אין געלעקסי און די צווייטע איז דא א מרחק פון קרוב צו צען געלעקסי. • די נאמען גאלעקסי שטאמט פונעם באקאנטן פילאזאף 'גאלילי' וואס עס איז אנגענומען אז ער איז דער ערשטער וואס האט באטראכט די ספעיס מיט'ן טעלעסקאופ. • אויב ווילט איר דורכפארן אונזער געלעקסי (מילקי וועי) מיט א ראקעט וואס פארט מיט די שנעלקייט פון "ליכט", דארפט איר לעבן א מינעמום פון 100,000 יאר! עס איז דא נישט מער ווי 11 שטערנס פון די כוכבי שבת וואס זענען ווייניגער ווי 10 ליכט יאהר נאנט צו די וועלט. נאנטסטע שטערן: • די "נענסטע" שטערן פון די כוכבי שבת איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי 24 טריליאן מייל (מיט א טי"ת) ווייט פון אונז. • די ווייטקייט פון די נאנטסטע שטערן קומט אויס בערך 270 טויזנט מאל ווייטער ווי די זוהן פון אונז! • לדוגמא: אויב וועט איר אהערשטעלן די גרויסקייט פונעם זוהן אז עס זאל זיין די סייז פון די קליינער באלי פון די לעטטער "i", וואלט די נענסטע שטערן געווען... צען מייל ארויפציהר!! • אויב ווילט איר נוצן אייער קאר, אויף א ספיד פון 70 מפ"ש, אנצוקומען צו די נאנסטע שטערן פון די כוכבי שבת,מוזט איר קענען אנציען אן שלאף פאר גאנצע 356,908,917,036 יאר! • ווען מען וואלט ווען אראפגעווארפן א שטיין פון די נאנטסטע שטערן, וואלט עס גענומען א קנאפע זעקס מיליאן יאר! אנצוקומען צו אונזער וועלט. משא"כ פון די זוהן, נישט מער ווי 22 יאר. • מיט א ראקעט צו די נאנסטע שטערן נעמט אן ערך פון 145 טויזנט יאר. ווייטסטע שטערן: • די שטערן איז ווייט פון אונז 30 סעקסטיליען מייל! • אין ליכט יאהר איז עס כמעט 85 ביליאן ליכט יאהר. די הלכה איז, ווען איינער זעהט א שטערן שפרינגען מאכט מען די ברכה 'עושה מעשה בראשית'. אסאך מענטשן האבן שוין געזאגט אז זיי האבן געזעהן א שטערן טאנצן, איינער האט יא געמאכט די ברכה און איינער נישט. די מציאות איז אבער אז עפ"י רוב ווען מען זעהט שטערנס טאנצן איז עס נישט באמת קיין שטערן, עס קוקט אויס ווי א בליטשקעדיגע זאך אין הימל איז געשפרינגען, און עס איז אמת, אבער עס איז נישט קיין שטערן. אין די ספעיס פליען ארום מיליאנען טריליאנען 'קאמעטס', א קאמעט איז א שטיק שטערן וואס רייסט זיך אפ פון א גרויסע שטערן און הייבט אן ארומצופליען אין די אטמאספערע און אומגעהויערע שנעלקייטן, אדער שטויב און אייז וואס פליען ארום אין ספעיס (געוווען לעצטענס אין די נייעס, ווען א אייראפעיאישע ספעיס שיף האט געלאנדעט א קליינע אפאראט אויף א קאמעט צום ערשטן מאל). בשעת זיי פליען שלעפן די קאמעטס נאך זיך שטויב, א רייע פון שטויב וואס פליעט נאך די קאמעט אזויווי רויעך פון עראפלאנען. די קאמעטס פליען ארום זייער זייער ווייט פון די וועלט, אבער צומאל מאכט זיך אז א קאמעט קומט צו פליען מער נענטער צו אונז, דעמאלטאס רייבט זיך די שטויב פון די קאמעט אריין אין די אטמאספערע פון די וועלט וואס שאפט א בליטשקעדיגע ליניע, און קוקט אויס ווי א שטערן איז געפלויגן. בלייבט נאר איבער מברר זיין וואס טוט זיך עפ"י הלכה צו מען מאכט א ברכה צו נישט.
Comentários