top of page

...קראאאאאאאאאאאך


קראאאאאאאאאאאך...

קראאאאאאאאאאאך... פטששששששששש... יענקי... יענקי... לויף שנעעעעל כאפ אראפ די וועש.... שנעעעל... שרה'לע קום אריין! מוששששי...! ווי ביסטו? אין די רעגן?! טאטיייייי....! ס'רעגנט אריין דא... דא, ווי? דא!!! ווי?! העכער מיין בעט... יואויייי... ברענג שנעל א לעוואר! א וואס?... א לעוואאאר!... מאמי ברענג אהער אפאר האנטוכער... איך האב שוין נישט, ווי איז עס?! ס'איז שוין אלעס נאס פון די רעגן אינדרויסן... ס' רעגנט ס'גיסט....! * איך געדענק נאך אלס "בחור", 5'ע פארטאגס, מיין טאטע זז"ג פלעגט מיר קאלן "ענדע צדיק" אויפשטיין! אויב איך האב געהערט 'יענע נויז'... איז אלעס געווען א פארגאנגענהייט... טטריפ... טריפ... טריפ... די פענסטערס האבן ארויסגעגעבן אזוינע וואסער נויזעס אנשטאט מיין נויז מאשין... איך האב מיר געגעבן א צו אריבער די שלייקעס, זיך צוריק איינגוויקעלט אינעם 'דבר המוסיף הבל'דיגן' דאכענע... אההא... די אויגן האט זיך פארמאכט, די מחשבות ווערן אביסעל פארנעפלט... די שוווארצע רונדען ווערן גרעסער און גרעסער... אייסיס... פלעדערמויזן... פאלאצן... מיט וואלקענעס... וישן ויחלום שנית! איי אכטע צופרי האט פונקט אזוי גערעגנט?! שוין דאס וועל איך שוין לאזן פאר די מגיד שיעורים צו פרעגן... די יארן לויפן און מען ווערט עלטער, יא, מען ווערט עלטער, בעליוו איט אר נאט, איך האב אנגעהויבן איינזעהן רבותי, רעגן איז גארנישט אזוי געפערליך! ס'איז אסאך... נעכטן שטיי איך אויף, גאנץ שפעט גראדע, שוין נענטער צו מנחה ווי צו מעריב פון נעכטן... די מקוה איז ב"ה גאנץ פיין געווען, די קאווע אויך, יענע איין איד דארט וואס מאכט מיר נערוועז... שוין, ער איז אויך אויף געווען. אבער אין עוורידזש, א נארמאלע טאג. גערעכנט האב איך מיר אז ביז א שעה וועל איך זיין פארטיג מיט שחרית, א שעה (?) פאר פרישטאג, און מען דארף נאך אפטראגן די ב"ב צום גראסערי, און די טאג וועט זיך אנהייבן... און דא האב איך געמאכט מיין ערשטע שלעכטע טריט... דער בעל תפילה! עטס האטס נאך אזוינס נישט געזעהן... די טלית אראפגעריקט ביזן תהומא רבה – לכאורה אלס לבו רואה... די גארטל, ווען עס וואלט נישט געוועזן אויפן מאגן וואלט ער געקענט צונעמען 2 סיעטס פון רייזענדער אויפן באס... ער הייבט אן ברכות, מיטן לאאאאנגן קאלנידרע ניגון, ס'ווערט העכער און העכער... א פחד! ברוך שאמר האט ער מקפיד געווען אנצוהייבן דאס אויסלאזן ביי ברוך שאמר... בקיצור, ביי ישתבח, האט ער אויך זיך עפעס פארהאנקערט.. אבער אל דאגה! פאר א שעה א דרייפערטל האט ער נישט געהאלטן ביים זאגן עלינו. שטייט זיך איך בין שוין לאנג נישט דארט געווען, די נרבוינים האבן שיעור ניט געהאלטן ביים גיין אויף פענסיע... איך האב נאר געזוכט א געלעגע"ר ווי זוך צו כאפן דאס אטעם... די פרישטאג טאוסט איז געווען אביסעל צו געברענט, קריעם טשיז האט שלומי שוין אפגעקראצט ס'לעצט איבערגעבליבענע ביסעל אויפן דעקל, שוין, אביסעל קאטטע טשיז מיט סמייטע... ארויס אויפן פארטש'ל, איך שלעפ ארויס מיין זעקל נעפקינס, שפרייט אויס עטליכע אויפן טיש, אביסעל זאלץ, איך זוך מיין כאלעטל, ליגט עס אויך ערגעץ אויף די בענדלעך אויפן זון צו טרוקענען, איך זעץ מיר עסן, און... ווועעעעעך... א ספיידער! איך ענדיג שנעל, מים אחרונים, א בענטשערל, א ניגונדל אויף שיעור המעלות (דאס פשוט מיין אלס נקמה אויף מיין שכן'ס...), ה' יברך את עמו בשלום... אקעי, ב"ה די פרישטאג איז דורך, די ב"ב זאגט אז זי איז שוין גרייט צו גיין (ס'איז שוין א שעה שפעטער ווי געפלאנט), למעשה נעמט עס א האלבע שעה... עעענדליך, מען גייט ארויס צום פארקינג לאט... (דא קומט עכט א מחאה נמרצה אויף די מחוצף אדיר וואס האט געפארקט! זיין קאר פונקט אין בעק פון מיינס, וואס האט מיר אויפגענומען נאך א האלבע שעה ווילאנג איך האב ארומגעקאלט די האלבע קאנטרי - ביז איך בין אנגעקומען צו א אויסגעלאשענע טעלעפאון - מיינע קולות אריין אינעם מעסדזש באקס - ביז ער האט צוזאמגעלייגט ר"ת'ס און געקומען צו לויפן מיט די טלית אויף די פלייצע - און זיך אייינגעהאנקערט 3 מאל אין די געיט! אבער מפני חוסר הפנאי וועלמער עס לאזן פאר קומענדיגע מאל) צוריקומענדיג, אויסגעמוטשעט די מוח, איסגעליידיגט דאס בערזל, אנגעפולט דאס קרעדיט קארד, צו א אנגעפולטע פארקינג לאט.... האבעך געשפירט... אויס! א גוטן שווים וואלט גראדע נישט געווען אזוי נישט אין פלאץ. אומר ועושה, איך שלעפ מיר ארויף דעם בארג צו מיין באנגעלוי, פארסאפעט פארשוויצט, נאר צו געוואויר ווערן, אז די מיידלעך זענען 'יעצט' געגאנגען שווימען... און די אייסעס וואס מען האט למען ה' געקויפט אין גראסערי האט זיך צולאזט אויפן וועג... אה, גראדע מיין ווייב האט יא געטראפן עפעס היימישע לעמאן אייסעס וואס די קינדער האבן בכבודם געלאזט ליגן אין פריזער 'פאר טאטי!'... זיי האבן דאך שוין היינט 'די געזונטע שווארץ פאקסיס'! דאס יא, גראדע די זוהן האט פיין געבאקען, איך שפיר עס אין אלע ביינער. איך נעם מיר די שווים זאכענעס איינס פון די באקסעס, איינס אינדרויסן אויפן בענדל, איינס פון, ווי? בקיצור, מען גייט! אפאר רונדעס מיט בענקלעך מיט תשעה קבים'ס דערויף האב איך מיר געדארפט אזוי אדורך שלייכען נישט צו געפוינט ווערן פונקליך ווי איך בין געגאנגען... און וויאזוי הייסט נאר זיין מאמע...? אוי נעעעעבעך... האסט געהערט זיין 4'טע קאזין האט... אקעי שוין איך רעד נישט לשון הרע... די בלעטלעך פונעם פאריגן רעגן האט שוין די מענעדזער ב"ה געבלאזן צום פראנט פון מיין באנגעלוי... סוי די סווימינג פול איז קלין, קאלט, ליידיג, אמעחייע... א טאנץ אריין! א טובל, אהער און אהין, בעקווערטס פארווערטס, בקיצור מ'שווימט, באמת א געשמאק, א וואטער באלאן פון די קינדער איז נאך איבער געבליבען... די זוהן באקט... א טראפ! העי? טראפ איימעניט? ס'רעגן? נעהה, מען שווימט ווייטער טראפ אוי וויי... די גלעזער האב איך נישט אן, אבער... ס'פארוואלקענט? ניין, יא, אהההם ניין, יא! ס'גיייייייייייייייייייייייייייייסט די סטעפס איז אויף די 'אנדערע' זייט...! מיין גלעזער... די בענקעל דרייט זיך איבער... מיין האנטוך.... אויוויי... ווי איז עס??? די וועש... מיין טעלעפאון... בערזל.. אלעס איז ארויסגעפאלן... די ציצית פארהאנקעט אינעם בענקל... די פאסיק האט זיך ארומגעדרייט... די שווים זאכן... איין פאה ארויף... איינס אראפ... די קאפל פארקערט... שיך בענדל פארקניפט... א שטופ אריין די פיס! און פארטיג מען לויפט... נאכאמאזעל די סווימינג פול האט צעמענט ארום, ווי נאר איך קום ארויס פונעם געיט, האט זיך הערשט אנטפלעקט דעם חורבן... ווואאאפס... א מאראסט גליטט............ זעהט אויס אז איין קאלאטש וואס איך האב מיטגענומען על כל צרה, איז אין די בהלה דארט געבליבען.. און די שיך האבן פשוט ווידערגעשפעניגט. דריי קינדער וואס טאנצן דארט אין די רעגן (מיינס? אה ב"ה נישט) זינגען זיך אונטער מיטן נעשאנעל ענטעם "א טאטע לויפט, א טאטע לויפט..." בזיונות... אנקומענדיג אין מיין באנגעלוי, דורכגעווייקט! מיטן נשמה אין די רעכטע האנט, און איין נישט צוגעמאכטע שיך אין די לינקע האנט, ווען גאלאנען וואסער טראפן פון מיר פון אלע זייטן, מאראסט אין אלע מיינע טאשן... האבעך מיר דערמאנט פון... יענע 5'ע פארטאגס... * בקיצור מיין שאכטל קעשויעס האט זיך אויסגענוצט, סוי זייטס מיר אלע געזונט.


bottom of page