top of page

קליינע טאטעס – גרויסע בעביס


קליינע טאטע׳ס – גרויסע בעבי׳ס

פארגאנגענעם ליל שבת קודש, אזוי די קו הבריאות איז נישט געווען אזוי בסדר, און די הוסט איז געווען מיט אפאר לעוועלס העכער ווי די נארמאלע שטום בענדער ערלויבן, האב איך מיר אריינגעריקט אין א קליין בית המדרש'ל נעבן ס'הויז פאר מנחה און קבלת שבת. ב"ה א פיינע בעל תפילה געהאט, געצויגן לענגער ווי געלעגער'ס... די ושמרו איז אויך געווען העכער אלע ערווארטונגען (פונעם בעל תפילה.. די טאן איז פשוט געווען צו הויעך), האב איך אבער באמערקט א אינטערסאנטע ספעקטאל. עס איז אריינגעקומען א טאטע מיט א קליין זיס יונגעלע, די יונגעל האט זיך מיט געברענגט א פעקל וועיפערס און דזשעליס, די טאטע א בוקלעט צייטונגען... אאאפס גליונות, און אויך א טוי פאר זיין צדיק'ל. די יונגעל האט געהאט אזא גרויסע טעלעפאון האלטער, א גרויסע, מיט א קינדישע "סמארטפאון" נאכגעמאכט ממש ווי די עכטע, און א גאנצן דאווענען געוועזן ביזי אויפצוהענגען דעם טעלעפאון אויפן הויזן, אראפנעמען, זעהן צו אלע יונגעלעך זעהן זיין טוי... און געעפנט עפפס, געטייפט, און געשיקט מעסעדזשעס... די אינטערסאנטע פארט איז נאר געווען ווען איך האב ארויסגעטשיד אינמיטן שטילע שמוינעעשרע... (קיינער האט נישט געזעהן) ס'מיר ממש געקומען צום לאכן... די יונגעלע איז געשטאנען און געדאווענט, און יעדע פאר סעקונדען האט זיין מויל ארויסגעלאזט אזא שטילע פייף' פערעראפ, און כאפט אינסטיקטיוו ארויס "זיין סמארטפאון" ווייל איינער האט איהם געשיקט עפעס א וואטסעפ מסתמה.. א רחמנות אויפן טאטן, ס'שבת ער קען נעבעך נישט טוהן דאס זעלביגע.. אבער איין זאך וויל איך פארשטיין פון דעם טאטן ווען ער האט געקויפט די נייע טוי, וואס האט ער געטראכט??? אויב קוקן די קינדער היינט אויס ווי "פיצי טאטעס", אך און וויי וואספארא "גרויסע בעביס" גייען אויסוואקסען! פארוואס זאג איך עס אייך, ווייל מען דארף טראכטן!


bottom of page