...פויער'ישע עצות
- ענדע
- Oct 25, 2017
- 3 min read

פויער'ישע עצות...
געווען איז יענער טיפישער דארפסמאן, מיטן שטרויענעם היטל און ריזיגע שטיוול. איין טאג טרעפט ער זיין יוגנט פריינט א - שוין היינטיגער - גרויסער בעל בית, און מסיח לפי תומו דערציילט איהם דער חבר פון די מורא'דיגע וואונדער וואס איז לעצטנס אנדעקט געווארן. דער ווידאו. דאס איז א מין מעכאניזם וואס האט אויפגעשטורמעט די וועלט - דערציילט ער איהם - עס איז א כלי וואס מען קען דערמיט ווייזן סצענעס כאילו מען האלט עס עכט מיט, אבער באמת איז דאס נאר אפגעכאפט. "איך זאג דיר עס לוינט זיך א טריפ אין שטאט אריין פאר דעם אליינס" זאגט איהם דער פריינט. אומר ועושה, דער פויער שלעפט זיך אהיים און דערציילט פאר די אידענע, איך פאר אין שטאט! עפעס איז דארט דא א מוראדיג אינטערסאנטע זאך, איך מוז דאס אמאל זעהן. ער גייט צום בוים וואו ער פלעגט באהאלטן זיינע רענדלעך (יא יא פון די מעשה... יא יא יענע..) נעמט ארויס אפאר גולדן, שפאנט איין די פערד, און מען פארט! ער קומט אן אין מארק זעהט ער די גרויסע בנינים, ער פאלגט נאך די טאוולען, און ער ער זעהט שוין די בנין פונדערווייטנס, אינדרויסן פלאטערט א טעוועלע, יא דאס איז! ער גייט אריין באשטעלט א בילעט, און מען שיקט איהם אריין אין א גרויסער צימער פול מיט בענקלעך אין א רינדעכיגע פארעם אויסשטעהל, און ער באקומט זיין זיץ. דאס בלוט דרוק איז איהם ארויף, די עקזיסטאז נעמט איבער זיינע מחשבות, און רוישיגע געפילען פון דערגרייכונג פארפולט זיינע געדאנקען. אט אט גייט מען שוין זעהן די וואונדערליכע מאשין. פלוצלונג, ווערן די לעקטער פארלאשן, א פינסטערניש נעמט ארום די זאל, און... די פראדזשעקטער צינד זיך אן. וואונדער איבער וואונדער. עס הייבט אן לויפן אויפן וואנט וואונדערליכע בילדער, שטעט, דערפער, ימים, מדבריות, מורא'דיג! יעדע פאר סעקונדעס הערן זיך הילכיגע קלאטשערייען פון עקזעסטאז. און דער פויער ווערט אינגאנצן באנומען פון באגייסטערונג. אבער איין מינוט - טראכט ער צו זיך - האט מען פשוט פערגעסן צוריק אנצוצינדן די לעקטער? צו וואס דארף מען זיצן אין די טונקל? ער גייט צו צום לעקטער... בום... אלעס איז צוריק ליכטיג. און עס הייבט אן גיין קולות פון די פארזאמעלטע... נו. נו. נווווו. וואס טוסטו? לעש אויס! ווער האט אנגעצינדן? לעש אויס! מען קען דאך נישט ווייטער זעהן!!! אינגאנצן דערשראקן, צומישט, און פארלוירן, שטייט דארט דער פויער נאך מיט איין הענט אויפן סוויטש. "וואס איז די פראבלעם? איך וויל דאך נאר עס זאל זיין לעכטיג מען קען זאל קענען בעסער זעהן"?! חחח די נער איינער - איז מען איהם שיינערהייט מסביר - אבער די גאנצע פילעם קען מען נאר זעהן ווען עס איז טונקל! * איי, ווי נער'יש איז נעבעך דער פויער, ווי אומלאגיש זענען זיינע רצונות, און ווי קוריאז זענען זיינע עצות. אבער, צו טוען מיר נישט אמאל אן די פויערישע שטיוול? צו באנוצן מיר זיך נישט מיט זיינע קורצקעפיגע געדאנקען? וויפל מאל זעהט דער מענטש פאר זיך טונקל. עס ווערט פארלאשן די לעקטער, א פינסטערניש נעמט ארום זיין גייסט, זיין מציאות, זיין וועזן. ער טאפט א וואנט, שטרויכלט זיך אן אין שועריגקייטן. ער פיהלט זיך אזוי פארלוירן, אזוי צומישט, אזוי מיואש, צובראכן און אומעטיג. ווען ער טראכט צו זיך "וואו גוט וואלט געווען ווען עס גייט מיר ווען אנדערש, וואו גוט וואלט געווען ווען עס איז לעכטיג"... ערעב איד! (איך רעד צו מיר אליין) די גאנצע פילעם קען מען נאר זעהן ווען עס איז טונקל! דיין ציהל פארוואס דו ביסט דא, דיין תפקיד פארוואס דו ביסט געקומען אהער אויף דעם עולם השפל, קענסטו נאר ערפולן די יעצטיגע מינוט ווען עס איז טונקל! ווייל אזוי וויל הקב"ה יעצט, און אנדערשט וועט עס נישט גיין! עס וועט נאכקומען א טאג וואס דו וועסט עס פארשטיין, דו וועסט זעהן אז אלעס איז געווען לטובה, אלעס איז פלאנירט פון פאראויס פאר דיין וואוילזיין, אבער טראכט נישט ווי דער פויער מיט זיינע עצות, ווייל דארט אויבן וועט מען לאכן פון דיר... אויב אזוי... אידעלע זיי פרייליך...! שטארק דיר שטארק דיר אצינד...!
Comments