ער איז אזא שגץ!
- ענדע
- Oct 25, 2017
- 4 min read

ער איז אזא שגץ!
דער העקער אין ניגעריע... איר קענט אים? איך, שוין היינט יא... דער יצר הרע, ער איז אזא שגץ! איך האב פשוט נישט די ווערטער פאר איהם! וואס שוין יעצט..? הער: נעכטן נאכמיטאג האלטנדיג אינמיטן לערנען מיין טעגליכע שיעור, די גלעזער אויסגעטוען און די שטערן פארקנייטשט, מיין חברותא טוט אויך כמעט די זעלבע... ס'פליען קשיות אהער און אהין, ס'רעגנט... הָא רעגנט... ס'גיסט! נישטא קיין זוהן, אלעס איז פארוואלקענט און פארכמורעט... בקיצור, א נארמאלע טאג... איך באקום א טעלעפאון קאל פון איינעם פון מיינע באקאנטע, און פארשטייט זיך איך הייב נישט אויף – איך האלט אינמיטן לערנען, 20 סעקונדעס שפעטער קאלט יענער נאכאמאל... א נודניק, איך גיב א שטערקערע דרוק אויף מיין "אינגאר" קנעפל, און געגאנגען ווייטער לערנען... 20 סעקונדעס שפעטער קאלט מיין טאטע... דא האט זיך שוין אנגעהויבן א ערנסטע דילעמא, אמער "כיבוד אב ואם"? אבער, ניין איך האלט יעצט אינמיטן לערנען, איך האלט נאך נישט ביים טוען א עבירה לשמה... מען דרוקט "איגנאר" און פארטיג.. 20 סעקונדעס שפעטער... אודך, מיין חבר מיינער, דא זענען שוין די נערווען צושרויפט געווארן... מען לעשט אויס דעם סעלפאון און פערטיג... 20 סעקונדעס שפעטער... קומט איינע פון מיינע נאנטע צו צו מיר מיט א בהלה, ענדע צדיק! ענדע צדיק! וואס גייט פאר? – פרעג איך איהם, "וואס גייט פאר מיט דיין אימעיל אקאונט...?" ס'גייט גארנישט פאר, וווווואאאאאס הייסט? "ס'איז געווארן געהעקט!!!" וואס הייסט? ווער זאגט דיר? וואס איז געשעהן? ס'האט מיר באנומען א ש-ר-ע-ק! די מעשה האט זיך ארויס געשטעלט: א שווינדעלער אין ניגעריע האט געהעקט מיין אימעיל אקאונט און פון דארט געשיקט א אימעיל פאר אלע מיינע קאנטעקטס אז "איך בין אין אוקראינע (ווי איז דרעזנער צו מאכן אן אינטערוויא..?) אין מען האט מיר באגנב'עט פון אלע מיינע וויכטיגע זאכן בכל מכל כל, מיין פאספארט מיין געלט וכדומ', בקיצור איך דארף וויכטיג האבן 3,500$ צו בארגן...." נעבעך א העקער א שלימזל... אנגעטראפן האט ער עפעס א תמימות'דיגן צדיק'ל... פון דא האט זיך אנגעהויבן די פורים שפיל אין עכט... איך האב פארשטייט זיך צוריק אנגעצינדען מיין טעלעפאון, און עס האט אנגעהויבן צו קומען קאלס פון אלל אווער... דערשראקענע עלטערן... פארוואונדערטע חברים.. און אפילו אפאר תמימות'דיגע אידן וואס האבן שוין שיעור געוואלט אנבאטן הלוואות... 2 שעה בין איך געשטאנען און בארואיגט מענטשן אז עס איז גארנישט. נישט נאר דאס, דער שייגאץ! האט מיר אויסגעליידיגט מיין אקאונט פון אלע אינפארמאציע וואס איז געליגן דארט, קאנטאקטס, אימעילס, ב"ה נישט קיין פריוואטע אינפארמאציע, אבער אלעס אלעס! ער האט געעפענט אן אקאונט מיט די ממש די זעלבע לעטטערס ווי מיינס נאר איין אות א חילוק (פארוואס פונקטליך פרעגט מיר נישט) און ער האט געמאכט א לעבן! שוין נאך וואס איך האב צוריק געכאפט מיין אקאונט האט ער פון מיר געמאכט דאס גענאר, שיקנדיג אימעילס פון די גאר ענליכע אימעיל אדרעסס... האט נישט מורא קיין געלט האט ער נישט באקומען, אבער, איר ווייסט וויאזוי איך האב מיר געשפירט? חוזק!!! עפעס א פארברעכער אין ניגעריע האט מיין גאנצע אינפארמאציע פון אויבן ביז אראפ, חוזק בין איך אין די גאנצע שטאט, איך קען נישט שיקן אפי' א אימעיל אז עס איז א ליגנט, ווייל ווי געזאגט האט ער מיר אויסגעמעקט אלעס אלעס, און איך בין געבליבן מיט גארנישט, קיין קאנטעקטס פון מיינע נאנטסטע פארבינדעטע, אויסגעשפיעלט...! און דאס אלעס, פאר איין נארישע קליק אויף א לינק ווי מען דארף נישט! * איר האט זיכער אייער אייגענע מלוכה, אייער אייגענע ריסענט'ס, אייער איייגענע היסטארי, מצוה'לעך מעשים טובים'לעך, וואס מיט דעם פיעלט איר זיך אין די "סביבה". דאס זענען אייערע אדרעעסן מיט וואס איר פלאנט זיך אי"ה צו אינדענטיפיצירן נאך די מאה ועשרים, אז דאס זענען מיינע חברים, מיט זיי בין איך געווען ביזי במשך מיינע לעבנס יארן. מיט די פעסווארד באנוצט איר זיך צו קלאפען דאס רוקען, איך בין גיט! והא ראיה? קוקט וואס איך האב..! די פעסווארד נוצט איר זיך אריינצודרייען אין יעדע קופקע אין די מקוה זאגן א דעה... וואס הייסט? קוק איך בין גארנישט אזא... איך האב מצות ומעשים טובים. אבער... דא קומט די אבער... אין איין טאג קענט איר זיך טרעפן מיט גארניקס! עפעס איינער אין די אנדערע עק וועלט האט אלעס ביי זיך! איינער דרייט זיך ארום מיט דיין אפגעהארוועטע זעקל, און די קענסט בלייבן... חוזק!!! און דאס אלעס פאר איין נארישע לשון הרע'לע וואס מען דארף נישט! * קען מיר איינער זאגן וואס דער יצר הרע וויל פון מיר? ער איז דאך אזא שגץ! פונקט דארט ווי מען וואלט אזוי געדארפט ציטערן צו זאגן א ווארט, ווייל יא! איינער קען מיר העקן, און ארויסנעמען פון מיר אלעס! מיין אפגעהארעוועטע יארן ארבעט, מיין ענדלאזע מלחמת היצר, מיינע טעגליכע ביטערע נסיונות, מיינע שעות תורה ותפילה, אויף אלעס קען איינער לייגן א האנט, און א סעקונדע! און פונקט דארט מוז ער מיר משוגע מאכן...?! אויף יעדע טריט און שריט מוז ער מיר אונטער שטעלן פיסלעך כדי מיר מכשיל צו זיין מיט א געשמאקע לשון הרע?! און נאר זיין ביזי אז ביי די ליטווישע איז מען מקפיד אויף "שמירת הלשון..." פארוואס? פארוואס האט לשון הרע אזא עקסטערע געשמאק? אויב נישט ווייל דער יצר פריידט זיך דערמיט ביזן דאך..?! לאמיר געדענקן און זיך גוט אריינעמען אין קאפ אריין: יעדע עקסטערע בלינק וואס מען דארף נישט, יעדעס עקסטערע ווארט וואס באלאנגט נישט, יעדעס אות וואס טאר נישט געזאגט ווערן, ווייל די תורה לאזט נישט...! קען, און קאסט א פרייז!
Comentários