top of page

אונזער 'פארבינדונג' מיט די "עשרת השבטים"-1

  • ענדע
  • Oct 25, 2017
  • 12 min read

אונזער 'פארבינדונג' מיט די "עשרת השבטים"-1

דער שד"ר אין תימן

אלקנה, גיב א קוק! עפעס פלאטשקעט דארט אין וואסער. וואו? דארט דארט, זעהסט? יא! אינטערסאנט, וואס מיינט עס, עס איז דאך שבת היינט? טאקע אינטערסאנט, לאמיר גיין נענטער, מיר מוזן זעהן וואס דאס איז. אוי וויי, עס איז א מענטש! א מענטש שווימט דארט... וואס? א מענטש? לאמיר איהם אפווארטן דא ביים בארטן און כאפן, עס איז דאך חילול שבת. און אזוי איז אונזער רבי מאיר ש"ץ ארויס געקומען פון וואסער, דורכגענעצט, ווען וואסער גיסט זיך פון איבער איהם, און די גלידער ציטערן פאר קעלט און שרעק ביינעזאם, אויסגעמוטשעט פארסאפעט אן כוח, מיט א פארמאכטן בריוו אין די האנט, ארויסקומענדיג גראד אין די הענט פון די שוטרי ישראל... אויפן אנדערן זייט סמבטיון! געוויס זענט איר באקאנט מיט די פאקטן ארום די מעשה, זינט אייער כיתה א' מלמד האט אייך שוין פארציילט מיט שמאלץ די וואונדעליכע מעשה פון רבי מאיר בעל אקדמות, און איר האט זיך צוגעקוקט מיט בייז וואונדער און איבעראשונג איבער די מיסטריעזע וואונדערליכע טעמע "עשרת השבטים". חוקרים פון איבער די וועלט האבן שוין טויזענטער טעפ קאשע אפגעקאכט מיט "עשרת השבטים" אינגרידיענט אויסגעמישט דערין. איבעראל האט מען שוין געטראפן אידן. יעדע סארט מאדנע באשעפעניש וואס איז אויסגעפארעמט געווארן אין די שלשה אחים ביכער זענען שוין אויך פארמישט געווארן אין די טעמע... איבער די נושא פון עשרת השבטים איז שוין געשריבן געווארן ימים מיט ביכער, ספרים, ארטיקלען, צייטונגען, גליונות, און וואס נישט. צענדליגע טויזענטער פענעס זענען שוין צובראכן געווארן אדער פשוט אויסגעלאפן פון טינט, און מיליאנען קיעבארד קנעפלעך זענען שוין פארהאנקערט געווארן דערויף, אבער, הנסתרות לה' אלוקינו... זייט השי"ת האט פארטריבן אונזערע ברודער אין גלות אין צייט פון ערשטן בית המקדש, זענען זיי פארהוילן געווארן פון די אויגן, פארשוואונדן ווי אין סמבטיון אריין... נישטא. פארשוואונדן זאגט איר? נישט ממש. במשך די לאנגע גלות איז עטליכע מאל אויסגעקומען פאר אונז בני י-הודה און בנימין צו באקומען א גרוס פון אונזערע ברודער. א צייכן אז עוד אחינו חי, א שטראל פון האפענונג אז אט אט יבא יומא, דער לאנג ערווארטעטער טאג, דער טאג וואס אויף דעם זאגט די פסוק "לאמור לאסירים צאו". די טאג וואס אונז וועלן זיך מאחד זיין מיט אונזערע ברודער, און אינאיינעם "ועלו מושיעים בהר ציון", מיט משיח בראש. מיר וועלן פרובירן במשך די צייט אייך צוצוברענגען פארשידענע הפלא'דיגע מעשיות וואס האבן פאסירט אין אונזער רייכע היסטאריע, ווען עס איז אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט די עשרת השבטים.

*****

איינע פון די אינטערסאנטסטע מעשיות ווען כלל ישראל פון אונזער זייט סמבטיון האט זיך באגעגנט מיט איינע פון אוזערע ברודער פון די עשרת השבטים ובני משה איז געווען די מעשה מיט'ן שד"ר אין תימן און די רעזולטאטן פון זיין געשיכטע, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א העכסט דראמאטישע אויסגאנג מיטן שיקן דעם שליח ר' ברוך זוכן די עשרת השבטים, און די ביטערע ענדע. * געווען איז עס אין די ת"ק יארן. די מצב אין ארץ ישראל איז דעמאלט ביטער שווער געווען, עס איז ממש נישט געווען קיין לחם לאכול אין די שטובער, קינדערלעך זענען נעבעך אויסגעגאנגען פון הונגער און די עלטערן פון צער. האט מען מחליט געווען צווישן די רבני אר"י אז מען וועט ארויסשיקן שליחים, שדרי"ם האט מען זיי גערופן, וואס זייער אויפגאבע איז געווען ארומצופארן איבער די וועלט, איבער פעלדער און וועלדער אין אלע מדינות צונויפצוקלייבן געלט פאר די אידן, די ערליכע יושבים פון ארץ הקודש. איינע פון די צענדליגע שליחים איז געווען איין איד פון צפת וואס איז געגאנגען זאמלען געלט צום ווייטן תימן. אין תימן האט דעמאלט עקזיסטירט א הערליכע אידישע קהילה וואס צווישן זיי האט זיך אויך גערעכנט גרויסע עשירים. דער שד"ר האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ביז ער האט ענדליך דערגרייכט די טויערן פון צנעא די הויפשטאט פון תימן. וואו גייט א איד די ערשטע? איז ער אריין אין בית המדרש, וואו מען האט אים זייער שיין אויפגענומען און צוגעשטעלט אן אכסניא. אזוי דאווענענדיג און זיך ארומדרייענדיג אין בית המדרש, זעהט דער שד"ר א הויעכער שלאנקער איד, מיט א הערליכע הדרת פנים, א געטליך געשטאלט, ווי ער שטייט אין א ווינקל פון בית המדרש און דאווענט מיט א מוראדיגע התלהבות מיט פארמאכטע אויגן, שעות ארוכות זיצט ער דארט און דאווענט. האט ער געפרעגט פון די אידן דארט "ווער איז דער טייערע איד"? האבן איהם די אידן דערציילט מיט קענטליכע וואונדער. אינטערסאנט, דער איד איז אנגעקומען דא אהער מיט אפאר טעג צוריק, און וויל מיט קיינעם נישט רעדן, ער זאגט אז ער איז פון די "עשרת השבטים". ער עסט נישט און שלאפט נישט נאר ממש קוים קוים, שטייט אגאנצן טאג ביים ווינקל פון בית המדרש און דאווענט אן רעדן צו קיינעם. רעדט נאר לשון הקודש, און איז איין שטיק העכערקייט. אינגאנצן פארוואונדערט, גייט דער שד"ר צו צו דעם איד, און שטרעקט אויס א האנט "שלום עליכם, א איד פון ארץ ישראל". אזוי? פון ארץ ישראל? צו דיר וויל איך רעדן! מען האט אפגעשמועסט א צייט, און דער איד פון די עשרת השבטים האט איהם געזאגט "איך וועל קומען צו דיין אכסניא". שפעט נאכמיטאג איז דער איד טאקע געקומען צו גיין צו די אכסניא פון אנזער שד"ר, און א פריינטליכע שמועס האט זיך אנטוויקעלט צווישן זיי ביידן, ווי דער איד פון די עשרת השבטים פארציילט איהם, אז ער איז א שליח פון זייער קעניג און ער איז געקומען זיך נאכפרעגן אויף די בני ארץ ישראל וואס איז די מצב ביי אונז דא, "און וועגן דעם האב איך זיך אזוי געפריידט צו טרעפן איינעם פון די בני אר"י". געגאנגען איז ער אנגעטוהן מיט לאנגע קליידער, א שווערד ביי די זייט, מיט א ברייטען געשטריקטע גארטל, וואס דערויף איז געשטאנען אויסגעשטיקט "יהי דן נחש עלי דרך שפיפן עלי ארח". און ער האט געזאגט אז ער שטאמט טאקע פון שבט דן, און זיין נאמען איז "יששכר". נאך דערציילט ער איהם "אז דו ווילסט קען איך דיר מיטנעמען דארט צו אונזער מקום"... עס איז אדורך צוויי דריי טעג דער שד"ר האט זיך גע'ישובט יא גיין נישט גיין, צום סוף האט ער מחליט געווען נישט צו גיין. און דער איד פון די עשרת השבטים האט זיך צוריקגעקערט... מיט זיין אינטערסאנטע פלאים'דיגע געשיכטע האט זיך דער שד"ר צוריקגעקערט קיין צפת, ווי ער איז געגאנגען גראד צו די רבנים פון שטאט און זיי פארציילט זיין געשיכטע, נעמליך, ער האט געטראפן א איד פון די "עשרת השבטים". צווישן די רבנים וואס האבן געוואוינט אין צפת יענע צייט איז געווען דער הייליגער "בת עין" זי"ע, און אויך דער בעל פאת השולחן ר' ישראל שקלאווער זי"ע א תלמיד פונעם הייליגן גר"א, ווואס האט אויך געמאכט זיין באקאנטע ספר "תקלין חדתין" אויף מס' שקלים. אין ליכט פון די וואונדערליכע מעשה פון דעם שד"ר אין שנת ה' אלפים תקצ"א, האבן די רבני צפת מחליט געווען אינאיינעם, ארויסצושיקן א שליח, וואס זאל גיין אויפזוכן די עשרת השבטים, און זיי איבערגעבן א בריוו פון בני ארץ ישראל, וואס אין די בריוו בעטן זיי 4 זאכן: • אזויווי זיי די עשרת השבטים לעבן במנוחה נכונה מיט גרויס רייכטוהם זאלן זיי שיקן געלט פאר די ארימע בני אר"י. • זיי זאלן מתפלל זיין פאר אונז בני יהודה און בנימין. •• אזוי ווי זיי האבן דאך די ריכטיגע מסורה און גייען נאך אן מיט א געהעריגע בית דין וסנהדרין, זאלן די עשרת השבטים שיקן עטליכע רבנים וואס זאלן געבן סמוכים פאר די רבנים דא אין אר"י און מען זאל אויך קענען דא אין אר"י גיבן מלקות און מיתות בי"ד. • און צום לעצט, שרייבן זיי צום מלך פון די עשרת השבטים ער זאל זיי צוריק שרייבן א בריוו, א גרוס פון אונזערע ברודער. אפגעשריבן די בריוו האט ר' ישראל שקלאווער זי"ע, די בריוו איז געשריבן מיט א זעלטן רייכע שפראך מיט הערליכע מליצות און לשונות פון תנ"ך און גמרא. וואס צו דעם בריוו שרייבן זיך אונטער די רבני צפת, אינצווישן זיי אויך דער בת עין (זעה בייגלייגט טקסט פון די בריוו). צו אזא ריזיקאלישע מיסיע, ווי גיין זוכן די עשרת השבטים צווישן מדבריות און וועלדער, האט זיך געפאדערט א שטארקער מענטש, וואס זאל קענען אויסהאלטן די אומדערטרעגליכע מצבים, און א מענשט וואס קען דאקטעריי אויב ח"ו עפעס מאכט זיך אויפן וועג. מען האט געזוכט און געזוכט ביז, מען האט געטראפן א איד פון צפת מיטן נאמען ר' ברוך, דער ר' ברוך איז געבוירן געווארן אין די ליטא אין די שטאט פינסק, און איז ארויף קיין אר"י אינאיינעם מיט די אנדערע ביי די באקאנטע "עליה". ר' ברוך איז געווען א חכם מחוכם, אינטעליגענט, זיך אויסגעקענט אין די מאפע, און פארשטאנען צו געאגראפיע, און צו דעם אלעם אויך א געלערנטער דאקטער, א פעסט געבויעטער כאראקטער, און א שטארקע גוף, וואס דאס אלעס האט איהם געשטעלט אלס דער פאסיגסטער פערזאן צו זיין דער שליח כלל ישראל אפצוטראגן די בריוו אויסצופירן די געוואגטע שליחות, און נאך וואס זיינע נאנטע האבן איהם צוגעשטיפט און מיט די עידוד און ווארעמע ברכות פון די גדולי אר"י ער זאל אונטערנעמען די שווערע נסיעה און די נאכפאלגענדע אויפגאבע, האט זיך ר' ברוך ארויסגעלאזט אוין וועג קיין תימן, וואס דארט האט מען דאס לעצטע מאל געהערט פון די עשרת השבטים. די פלאן פון ר' ברוך איז געווען, אז אזויווי אין תימן זענען דא די ריזיגע מדבריות איז זייער מסתבר אז דארט ערגעץ געפונען זיך אונזערע פארלוירענע ברודער. ר' ברוך איז אנגעקומען קיין צנעא, און גלייך אנגעהויבן פרעגן די ארטיגע אידן, פון וואו איז דער שליח פון שבט דן געקומען, און האט פארציילט פאר די רבנים און חשובי העיר, פארוואס ער איז געקומען, און ווער איז גרייט מיטצוקומען מיט איהם אויף די געפארפולע רייזע? עס האט זיך אנגעטראגן א חשובער איד איינער פון די תושבים דארט אין צנעא, און מיט זיי איז מיטגעגאנגען א משרת מיטן נאמען ר' יוסף בנציון מודעי. מען האט זיך צוזאמעגעפאקט אסאך עסן, מיטגענומען וואסער וויפל עס האט ערלויבט, און מיט א תפילה קצרה "היה נא מצליח דרכי" האבן זיי זיך ארויפגעזעצט אויף די קעמלען... און אזוי האט זיך די קליינע שיירה'לע ארויסגעלאזט אינעם טיפן שרעקעדיגן מדבר, גייענדיג אלס טיפער און טיפער... איבער בערג און טאלן, אייננגעהילט אין זאמד שטורעמעס אויסגעשטעלט צו די וואיען פון די שרעקעדיגע חיות און ווילדע טיגער האט די גרופע פון דריי אין שפיץ פון ר' ברוך געריטן אלס מער און מער אינעם מדבר, גאנצע 15 טעג! אין א טאג, עס איז געווען ערב שבת, דעם צווייטן שבת דארט אין מדבר, איז אונזער ר' ברוך אראפ פונעם קעמל כדי קונה שביתה זיין בעפארן זמן, און, ווי נאר ער האט אראפגעטראטן פונעם אייזל איז געקומען צו לויפן א גרויסע עקרב, און איהם געגעבן א בייס אין די פיס! די גיפט האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן... און די מצב האט אויסגעקוקט שמאל. ר' ברוך האט זיך נישט פארלוירן נאר מיט זיין שטארקע כארקטער האט ער זיך אריאנטירט, און מיטן שווערד האט ער אליינס אראפגעשניטן א שטיקל פיס, די פלאץ וואס איז געווען פארגיפטעט! אזוי זיך פארענדיג מיט די שמערצן פונעם ביס, דערזעהט ר' ברוך פונדערווייטענס א שעפעלע, גלייך איז ער צוגעלאפן אהין און געהארגעט די שעפעלע, אויפגעריסן די בויך און אריינגעשטעקט די פיס אין די בני מעים פון די שעפעלע, וואס דאס איז געווען א באוואוסטע רפואה קעגן א ביס פון א עקרב, וואס עס האט א כוח ארויסצוציען די שעדליכע פליסיגקייט. נאך אפאר מינוט און די מצב האט זיך בארואיגט, גיט ער א טראכט צו זיך, 'רבוש"ע ווי קומט א שעפעלע אינמיטן א פוסטן מדבר?' און פון דערווייטעסנס זעהט זיך אן א מענטשליך געשטאלט וואס קומט צו שפאצירן, די פאסטוך! איין שעפעלע איז איהם פארלוירן געגאנגען, און דא גייט ער ארום עס זוכן... ווי נאר ער קומט צו נענטער, האט ער דעזעהן די געשאחטענע שעפעלע, הייבט ער אן שרייען גנבים! ווער זענט עטס? מיר זענען אידן! אידן? גיבט מיר א סימן, האבן זיי אלע אויסגעשריגן "שמע ישראל". דאן האט ער זיי אויך געוויזן ווי ער טראגט אויף זיך ציצית. הייבט ר' ברוך אן איהם צו פרעגן, 'זאג ווי קומט א פאסטוך צו פאשענען אינמיטן א ליידיגן מדבר?' "איך בין פון די עשרת השבטים" ענטפערט דער איד... "אונז געפונען זיך דא ווייט אוועק, און איך בין געגאנגען פאשען די שאף". געוואלד, ברעכט ר' ברוך אויס אין א געוויין ווען די אויגן גלאנצן פאר שמחה "טאקע צוליב דיר וואנדער איך שוין ארום דא אין מדבר שוין באלד 2 וואכן, איך האב א שליחות פון די בני ארץ ישראל צו אייך די עשרת השבטים, ביטע, נעם מיר מיט מיט דיר, איך זאל קענען אויספירן מיין אזוי לאנג ערווארטעטער שליחות". די צוויי האבן זיך ארויפגעווארפן איינער דעם אנדערן, מיט געגועים און איבעראשונג זיך נישט געקענט שיידן, ווען צום ענדע זאגט איהם דער איד פון די עשרת השבטים, "הער, איך קען דיר נישט נעמען יעצט, ווייל איך דארף קודם גיין פרעגן רשות פון אונזער בי"ד צו איך מעג דיר אהין ברענגען, ווארט דא, און איך וועל מיר אי"ה צוריקערן מיט א תשובה, האפענטליך ווי שנעלער. דער איד איז זיך ווייטער געגאנגען, און די גרופע איז געבליבן זיצן מיט אפענע מיילער, איבערגענומען און אנטציקט אויף די ענדלאזע שווערע נסיעה וואס וועט אט אט קומען צו אן ענדע, און מיט גוטע רעזולטאטן. עס איז דורך א טאג, צוויי, און דערנאך דריי, און פון א טאג איז געווארן א וואך, די עסן האט אנגעהויבן אויסלויפן, פון די וואסער האט מען שוין אויך געדארפט היפש שפארן, ביינאכט האט מען נישט אלעמאל געקענט שלאפן, און ווען יא האט מען זיך געקענט אויפוועקן צו די היץ פון א ווילדער חיה וואס איז געקומען באזוכן די געסט... און די מצב צוווישן די גרופע האט אנגעהויבן ווערן אביסעל אוממוטיג. די משרתים זיינע זענען געווארן אומגעדולדיג, און געטענהט, וויפל איז די שיעור פון ווארטן, ער קומט דאך נישט צוריק, און ח"ו מיר קענען דא אויסגיין פאר הונגער. אינאיינעם האט מען מחליט געווען, מען פארט צוריק. דאס ווארטן האט נישט קיין זין, האפענטליך וועט זיך דער פאסטוך צוריקקערן קיין צנעא. עס איז דורך אפאר וואכן, און די מצב אין צנעא האט געברענגט מיט זיך שפאנענדע רעזולטאטן. די קעניג פון תימן, איז קראנק געווארן אויף א ביטערע מחלה ל"ע, די יסורים פונעם קעניג האט דערגרייכט שטאפלען וואס אפילו די גרעסטע דאקטורים און פראפעסארן, און צווישן זיי אויך דער פריוואטע קענגליכע דאקטאר האבן אלע פה אחד צוגעשטימט, נישטא וואס צו טוהן. דער קעניג האט געלאזט אויסרופן אין גאנצן לאנד "ווער עס וועט קומען און באווייזן צו ראטעווען דעם קעניג שכרו הרבה מאוד" גארנישט וועט נישט זיין קיין אפהאלט פאר איהם און די קעניג וועט איהם צושטעלן אלעס וואס איז נאר אין קעניגליכע הענט צו אויספירן. ר' ברוך זייענדיג א דאקטער, און א קלוגער געריבענער בר דעת טראכט צו זיך "פרובירן דארף מען, אפשר וועט עס געלונגען, עס קען נאך ארויס קומען פיל טובות פאר די אידן אויב וועל איך באווייזן צו ראטעווען דעם קעניג". אומר ועושה, ער האט זיך געמאלדן צום פאלאץ, א דאקטער פון ליטא, ער וויל פרובירן צו היילן דעם קעניג. ר' ברוך האט זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן אין די מעדיצינישע מצב פונעם קעניג, געבעטן מען זאל איהם צושטעלן די טייערסטע מעדיצינען, ספעציעלע געווירצן, און צוביסלעך צובסילעך האט זיך אנגעזעהן א שינו לטובה... די קעניג האט זיך שוין אויפגעזעצט, שפעטער אפילו גערעדט, און מער און מער, געשפירט ווי ער קומט צוריק צו די כוחות. הערשט דעמאלט האט די קעניג זיך אנגעהויבן נאכצופרעגן אויף דעם קלוגן געלונגענעם דאקטער, און מען האט איהם פארציילט, א איד פון אר"י איז געקומען און געזאגט ער וויל פרובירן, און ס'געלונגען! דער קעניג לאזט רופן ר' ברוך, און איז נבהל ונשתומם געווארן פון זיין קענטעניס אין רפואה, זיין קלוגער דעת און שכל הישר, דער קעניג האט ליב באקומען צו פארברענגען מיט איהם, און מיט א שטיק צייט האט זיך די קעניג אנגעהויבן שואל עצה זיין מיט איהם אויף די מלוכה'ישע ענינים, און ר' ברוך האט מוראדיג אויסגענומען אין די אויגן פונעם קעניג, עד כדי כך אז דער קעניג האט איהם אויפגענומען אלס זיין פריוואטע יועץ! ר' ברוך פלעגט יעדן צופרי גיין אין פאלאץ, אונטערזוכן דעם קעניג און די פאמיליע, שמועסן מיטן קעניג, פארברענעגן מיט די יועצים, און געווארן ווי א בן בית ביים קעניג. זעלבסט פארשטענדליך אז די באנעמונג פונעם קעניג און אויסטערלישע ליבשאפט האט געברענגט נישט איבריגע בייז בליקן און אומצופרידענהייט ביי די ארומיגע אין פאלאץ, די אלטע יועצים און פראפעסארן האבן אנגעהויבן פילן אביסעל באדראעט פון ר' ברוך'ס קלוגשאפט און נאנטקייט צו די קעניגליכע ווירטשאפט און שטילעהייט האבן זיי אנגעהויבן פלאנען, קודם במחשבה, און דערנאך אריבער צו דיבור, און שפעטער אויך למעשה, אנצוהייבן העצן ביים מלך אז דער ברוך איז נישט מער ווי א געמיינער שפיאן, אונטערגעשטעלט דורך די טערקן די הערשער פון אר"י, וואס זענען דעמאלט געווען אין א ביטערע מלחמה מיט תימן. פארשטייט זיך אז קודם האט עס די קעניג אפילו נישט געוואלט הערן, אבער צוביסלעך צוביסלעך, האט ער עס אנגעהויבן צו פארעענטפערן און זאגן אז עס איז הויל בלאף, שפעטער דאס שוין אויך נישט... אין א שיינעם טאג, ווען ר' ברוך האט ווי זיין מנהג יעדן צופרי ערשיינט אין פאלאץ איז ער אפגעווארט געווארן דורך סאלדאטן פון קעניג, און געפירט מיט געבינדענע הענט, צום לייבן גרוב! ווען אין די זייט שטייט דער צוברויזטער קייזער און זיינע יועצים, איז ר' ברוך אריינגעטראסקעט געווארן אין שטייג צווישן די הונגעריגע לייבן, און... וואונדער איבער וואנדער, די לייבן האבן איהם נישט צוגערירט! נבהל ונשתומם פון די מראה נפלאה, איז דער קעניג צוריק אין פאלאץ ווען טיף אין הארץ פרייט ער זיך אז זיין באליבטע ר' ברוך איז נישט געהארגעט געווארן, אבער אין די צייט וואס דער קעניג איז זיך געגאנגען האבן די יועצים און משרתים אנגעהויבן פארפירן, היתכן, אז די קעניג הייסט הארגענען איז הארגענען, און זיי האבן מקיים פסק געווען... ר' ברוך איז געהאנגען געווארן אין הויף פון קעניג. ווען די מלך האט געהערט דערפון האט ער באפוילן, מען זאל נעמען דעם קערפער און אזוי טויטערהייט זאל מען עס אריינווארפן צו די לייבן, אזוי וועלן זיי זיך זיכער צוכאפן צו די סעודה. אבער, ווי גרויס איז געווען די ווינדער, ווען אפילו צו די געהארגעטען גוף פון דעם ערליכן ר' ברוך האבן די לייבן נישט צוגערירט. טייערע קעניג – רופט זיך אן איינע פון די יועצים דארט – לאמיר דעם קערפער צושניידן אויף שטיקער און אויסמישען מיט פלייש פון ציגן, לאמיר נאר זעהן צו די הינט וועלן עס נישט עסן. אבער א ווינדערליכע נס האט פאסירט, די הונט האבן די פלייש פון די ציגן אויפגעגעסן צו די זעט, אבער צו די קערפער פו ר' ברוך האט אפילו איינער נישט צוגערירט. ווען די קעניג האט געזעהן די מוראדיגע בילד, האט א ציטער איהם באנומען, און א היץ אים ארומגעכאפט, "וויי געוואלד, א אומשולדיגן מענטש, א ערליכע מענטש האב איך געהארגעט, די אלע וואס האבן מיר צוגערעדט דערצו זאלן תיכף ומיד גיין אין לייבן גרוב". און אזוי האבן די שונאים און פיינט באקומען זייער ערליך באדינטן שטראף. און דער קעניג האט די שטיקער קערפער פון ר' ברוך אפגעשיקט מיט גרויס כבוד געמישט פון צער צו די אידישע קהילה אין צנעא, וואו ער איז געקומען לקבורה אין אידישן בית עולם. די בגדים, און אנדערע פריוואטע חפצים פון ר' ברוך זענען מיט די משרת ר' יוסף בנציון מודעי אפגעפירט געווארן צוריק קיין ארץ ישראל, וואו ער האט ליידער געדארפט איבערגעבן די ביטערע בשורה פאר די משפחה קרובים און ידידים גוטע פריינט פון די נפטר, און ווי אויך געדינט אלס פערזענליכע עדות וואס בית דין האט גובה עדות געווען צו מתיר זיין די אומגליקליכע עגונה אז זי זאל קענען חתונה האבן כדת וכדין. גראד נאך וואס די שליח איז אפפגעפארן מיט די חפצים קיין אר"י, איז אנגעקומען קיין צנעא א איד פון די בני דן רייטענדיג אויף א פערד, און ער פרעגט "וואו איז דער איד פון אר"י?" ווען ער האט געהערט די טרויעריגע נייעס האט ער זיך אויסגעדרייט און צוריק געריטן אין מדבר... די מעשה איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון די וואונדער-ווארט "עשרת השבטים". א ווירקליכע מעשה - ווי עס איז מעיד די פאקט אז מען האט מתיר געווען די עגונה מפי עד, וואס האט פאסירט אין די נישט צו ווייטע פארגאנגענהייט, און האט זיך ליידער אזוי ביטער געענדיגט. און מיר האבן נישט זוכה געווען צו א גרוס פון אונזערע פארבארגענע ברודער.


Comentarios


©Endetzadick

bottom of page