top of page

א שמועס צווישן צוויי טירן!


א שמועס צווישן צוויי טירן!!

די ברייטע גלאז-דורכזיכטיגע טירן עפענען זיך און פארמאכן זיך, עפענען זיך און פארמאכן זיך, און דאן נאכאמאל עפענען זיך און פארמאכן זיך, און דאן ווידעראמאל אפן, פארמאכט, דעם גאנצן ליבן טאג. אזעלעכע פונקטליכע שותפים, א זעלטנהייט אין דור. אפשר גאר האבן זיי א שטיקל שפראך צווישן זיך, אולי איז עס אינטערסאנט זיך צוצוהערן. איך בייג צי אן אויער, נענטער נענטער, און, איך הער ווי זיי שמועסן! וואונדער. די רעכטע טיר מורמעלט זיך אזוי שטילערהייט אונטער, ווען די לינקע ענטפערט מיט אן אויטאמאטיש, עפן – פארמאכט. -היינט פריה פארטאגס – זאגט דער רעכטער טיר – בערך האלב פינף פארטאגס זעה איך צוויי חסידישע יונגעלייט, הצלה מעמבערס אריינקומען מיט א בעטל, זיי האבן געשפאנט שנעל, גאר שנעל, נעבעך א קליין אידיש קינד, מיט אקסעדזשין, אייווי, מיט זיין טאטע אונטער זיי, אזוי באזארגט, אזוי דערשראקן, איך האב ממש רחמנות געהאט אויף זיי, הלואי ווען איך זעה דאס זעלביגע אויף א גוי". -וואס וואונדערסטו זיך אזוי – ווערט דער לינקער טיר נישט נתפעל – עס איז די ערשטע מאל די זעהסט אזא זאך? יעדן טאג זעהן מיר שרעקעדיגע זאכן, וואס ביסטו אזוי איבערגענומען? -"נעעהה, וואס פארשטייסטו? איך האב פשוט אנגעהויבן טראכטן, און אט קומט מיר צי וויינען, דו ווייסט פון וואו די אידן זענען געקומען? א וועג פון איבער א שעה. -איבער א שעה? -יא, פון קרית יואל. מינימום א שעה וועג. יעצט מאך דו אליינס דעם חשבון; אופ. עפן... פארמאך... -ביסט מיט מיר? -יא. -די הצלה יונגעלייט זענען געפארן אין א אמבולאנס, איבער א שעה, דאס מיינט אז מינומום א האלבע שעה בעפאר זענען זיי שוין געווען אויף, אנגעטאן, אין א רעגן, און געלאפן צי די קאל. דאס מיינט אז דריי אזייגער אינמיטן די נאכט זענען זיי שוין אויפגעווען, איך בין אינגאנצן נתפעל, וויאזוי? וויאזוי באווייזן זיי דאס? און וויאזוי גייען זיי דערנאך ארבעטן נאכן אויפזיין כמעט א גאנצע נאכט? זענען זיי טאקע געמאכט פון גלאז און שטאל ווי אונז? -אך, וואס מאכסטו זיך נאריש, ווען דו קענסט ווען גיין מיט אזא emt דזעשעקט טוסטו עס ווען אויך. -אזוי, און וואס איז מיט די אלע ידידים וואלונטירן וואס איך דערקען זיי שוין פונעם פארקינג לאט, ניטאמאל ווייסט איינער אז זיי זענען עפעס, טוען עפעס, אבער, נאכט נאך נאכט קומען זיי שלאפן מיט פאציענטן. איך גלייב ס'זיי נישט באטעמט?! -איך הער, גערעכט, איך האב זיי געזעהן, אבער ניטאמאל איז מיר איינגעפאלן דאס צי שעצן. -פשי. גיב א קוק – ווערט דער לינקער טיר שוין א טראפ ערנסטער – קוק דא נעבן אונז, דארט ביים לאבי, דארט זיצט א חסידישע קאפל, זיי ווארטן, שוין א גוטע פאר מינוט וואס זיי ווארטן, וואס איז מיט זיי? -גיי ווייס. לאמיר צוווארטן און זעהן. -ארלעדיגט. אבער אז דו רעדסט איז מיר טאקע זייער אינטערסאנט, וויפל איך טראכט ווער איך אלס מער און מער איבערגענומען. אז דו קוסט שוין יא, דו ווייסט וויפל חסד עס גייען דורך אונזער טיר-שותפות. מיט א צען מינוט צוריק זעה איך דא א חסידישער יונגערמאן, שווארץ-שטייף-געקריייזעלט-געפלאכטענע-פיאות אויף די אויער, א אפגעריבענעם הוט, א כשר'ע סעלפאון, ער זונגט זיך אונטער אזא לידעלע און לויפט אזוי טאנצעדיג. זיך צוקוקענדיג מיט א מער וואכזאם בליק זעה איך ווי ער שלעפט הענט טראק. -א הענט טראק? ביסט זיכער ס'נישט געווען א וויהלטשעיר? -לאאאז אויסרעדן. נישט מער און נישט ווייניגער, ער שלעפט עסן, גאנצעטע קעיסעס, פלייש, זופ, יוגארט, סענדוויטשעס, קאווע, קוקיס, וואסער, נאש, און וואס נישט. ער גייט צי צום עלעוועיטאר און פארט גראד. אי בין דאך א נייגעריגער בטבע, האב איך איהם נאכגעקוקט. וועסט נישט גלייבן וואס איך זאג דיר, אונז זענען פשוט נישט אויפן גוטן פלאץ אינסטאלירט, ער איז געגאנגען צום ביקור חולים רום. וואס איך האב דארט געזעהן קען איך ניטאמאל דיר מסביר זיין. א מין אינטערסאנטקייט די אידן. האסטו שוין געזעהן א גוי טוהן אזוינס? -העע, דו רעדסט אזוי פון איין יונגערמאן, ווייסט וואס כהאב נעכטן געזעהן? דו האסט זיך גראדע אויך געעפנט פאר זיי, קענסט זיין האסט זיי פשוט נישט באמערק. א גאנצע מחנה מיט פרויען, א באס, א גאנצע גרופע, וועסט נישט גלייבן, אלטע באבעס אפילו, זיי קומען אויפאיינמאל אריין, און עס גייט א רויעך פון די גרופע, הו הא, טשיקן זופ, די גערוך, הייסע שווערע טערמוסן, ס'טוטצעך, בעקעלעך, קאנטעינערס, קניידלעך, לעפלעך, אלעס, אזוי שיין פארפאקט מיט סטיקערס דערויף, נו, ווער מיינסטו? חסידישע אידעלעך. -פלאי פלאים, ווייסט, ס'לוינט זיך שוין מיינעך צי ארבעטן אויף אונזער ביטערע פאזיציע, נאר... אופ. א עפן... פארמאך... -..צוצוזעהן אזא חסד! -כאכאכאכ, כאכאכא. -וואס לאכסטו? -גיב א קוק דארט, כאכאככא, ווער זענען די מאדנע פארשטעלטע מענטשן דארט? -דארט? ווער יענע? דו ווייסט נישט? מקימי! -זיי קומען נענטער, איינער שלעפט א קיעבארד, א גיטאר, דארט גייט זיין לעבעדיג, עס איז דאך אזא טרויערדיגע פלאץ דא, הלואי זיי קומען ווען יען טאג, וואלט מיר זיך כאטש געפריידט צי זעהן גוטע זאכן. -זעהסטו! מה-דאך אונז פרייען זיך צי זיי, קענסטו זיך שוין פארשטעלן וויאזוי די חולים פרייען זיך, נעבעך, א חוץ שארפע כעקמיאלן און באקטעריע, הארטע שטייפע נורסעס, זאלן זיי כאטש אביסעל שמייכלען און זינגען. לעצטענס זעה איך דא א אינטערסאנטע ערשיינונג, האלטסט ס'פלעגט זיין נאך פאר אונז אויך? יעדן צופרי זעה איך דא פרוי, זי קוקט אויס ווי א צדיקת, ווער האט דען ליב צי גיין אין א שפיטאל, זי קומט, דרייעט איבער, רעדט, פרעגט, באפעהלט, און זאכן רוקן זיך! ווי נאר זי קומט אן ווערן זיי אזוי פריינטליך, צוגעלאזן. איך גלייב אז עס טוט אויף, די דאקטורים האלטן דאך נישט ביים ארבעטן אן דעם, פארוואס טרעפט זיך נישט אזוינס ביי גוים? וואס מיינסטו? ככאפ נישט פונקט. כאפסט טאקע נישט? רפואה העלפליין – און ביקור חולים! -טאקע א חידוש. וואס דו זעהסט נישט אלס! -איך האב נאר מורא זיי זענען אביסעלע קוריאז, עפעס נישט צום טאקט, כווייס אליינס נישט. איך קוק זיך אום אזוי יעדן טאג, עפעס געפעלט מיר נישט, כ'קען אליין נישט דערגיין וואס, אבער עפעס מאדנע שפילט זיך דא אפ מיט זיי יעדן טאג. -דהיינו? -הער, יעדן אינדערפרי, אינטערסאנט האסט טאקע נישט באמערקט? קומען דא די זעלבע מענטשן, ממש די זעלבע, איך דערקען זיי שוין, איינער קומט אן, זיי רייכן זיך די הענט, ער גייט ארויף און שפיטאל און דער צווייטער גייט אוועק. ביינאכט, ווידער די זעלבע מעשה, דער ערשטער קומט צוריק, רייכט די הענט, גייט ארויף אין שפיטאל, און דער צווייטער גייט אהיים, און דאן, ווידער די זעלבע. טאג איין טאג אויס. זענען זיי? כמיין וואס? -אוי ביסטו א טיר! דאס איז דאך משפחה, געטרייע משפחה מיטגלידער וואס קומען און זיצן אפ ביים בעט פון שפיטאל, גאנצעטע טעג, נעכט, וואכן, חדשים, אלעס כדי צו זיכער מאכן אז די קראנקע גייען אהיים פון דא געזונט און שטארק בגוף, און אויך בנפש. -האלו האלו! קוק גוט, האלו, די חסידישע קאפל האט זיך אויפגעשטעלט, לאמיר זעהן זעהן וואו זיי גייען. זיי גרייט, זיי קומען אין אונזער ריכטונג. עפן... פארמאכט... -נו שוין, גייסט מיר שוין טרעפן א פרישע מצוה? -לאמיר זעהן האב געדולד. יעצט שטייען זיי דארט ביים עק גאס. איימעניט. איימעניט. -דאס איז עס! א גמ"ח הצלה ווען. -שוין, האסט עס געמאכט מיט מיר. ווייסט? די גרעסטע פלא איז נאך ווען עס קומט צי אהיימגיין. די אידן, זיי האבן דאך צוגעשטעלט ווארעמס, הארציגע משפחה, טייערע ארגאנאציעס, אבער ווען עס קומט אהיימצוגיין, גיב א קוק אויף די מאמע מיט איר יונגעלע, זעהסט ווי פרייליך זיי גייען אהיים, מיט שנעלע לויפנדע פרייליכע טריט. יעצט קוק אויף דעם שגץ'ל דארט, ער האט נישט קיין העלפער, משפחה, ווארעמע עסן, אופ. עפן... פארמאכט... -ווי האב איך געהאלטן? -יא, זיי האבן נישט גארנישט, זיי קומען דא איינזאם אליינס, וואלטן זיי דאך געדארפט אהיימלויפן! אנטלויפן פון דא ווי שנעלער, נישט ארויסוואקן פון דא שטייט, פארזעצט, אן קיין סימן פון שמייכל אויפן פנים. -טאקע אינטערסאנט. זעהט אויס אז זיי האבן פשוט ליב צי העלפן איינער דעם צווייטן. -זיי געזונט, עס איז נאך דא אזויפיהל צו זעהן און אדורכשמועסן וועלן מיר עס אוועקלייגן פאר אן אנדער מאל. גיב א הענט... -עפן... -פארמאכט.... -- בינעך יעצט אנגעקומען אינדעהיים מיט א גמ"ח הצלה ווען, נאכן ווארטן ביים עק גאס און אפגעפירט ווערן צוריק אהיים דורך א טייערע דריווער. יישר כח טייערע בעלי חסד!


bottom of page