א טרער אויפן פרישן קבר!
- ענדע
- Oct 25, 2017
- 3 min read

א טרער אויפן פרישן קבר!
די געמיט איז צובראכן די הערצער צוקלאפט. די מוח איז נאך פארטעמט, די הארץ צומישט, די הרגשים זענען נאך בכלל נישט ערוועקט, די נערוו איז נאכנישט צושפילט. מען טוט נאך בכלל נישט באגרייפן די אבידה גדולה וואס איז פארלוירן געגאנגען, דער בשר המת איז נאך ליידער נישט מרגיש דעם שניידעדיגן איזמל... רבי מאיר יעקב ע-ל-י-ו ה-ש-ל-ו-ם אוי אוי אוי, איך זיץ און וויין... איך ליין די ווערטער.. אוי אוי אוי און וויין נאך אסאך שטערקער... די טרערן פליסן אן אויפהער, די טרערן זעקלעך ווילן זיך נישט אויסליידיגן, די ווענט וויינען, די חברים וויינען, די משפחה וויינט, די ארומיגע לאזן ביטערע זאלציגע טרערן, די וועלט וויינט מיט, די שטיינער קענען צוגיין, כלל ישראל זיפצט, קרית יואל לאזט א קרעכץ, אוי... רבי מאיר יעקב ע-ל-י-ו ה-ש-ל-ו-ם... ניין, קיינער האט נישט געטראכט, ווער האט געקענט טראכטן? ווער האט האט בכלל געהאט א הוה אמינא? ווער האט זיך געקענט אפילו פארשטעלן וואס מיינט 'קרית יואל אן ר' מאיר יעקב?!' משפחת מויזקאפף – טייטלבוים אן ר' מאיר יעקב? די מקשיבי השיעורים אן ר' מאיר יעקב..? אוי, ר' מאיר יעקב איז געווען דעם לעבעדיגן מוסר ספר, א איד וואס האט מחייב געווען עניים ועשירים, בני תורה און בעלי בתים צוגלייך. זייענדיג אזא עדין הנפש, א פערזענליכקייט ווואס זוכט נישט קיין אויבען אן, קיין כבוד, א הצנע לכת בכל מעשיו. א צוגאנג צו יעדן איד אין בית המדרש. אז מען איז געקומען אין בית המדרש און געזעהן ר' מאיר יעקב דאווענען מיט אזא השתפכות הנפש, האט מען נישט בעסער געדאווענט? געקומען צופרי אין כולל און געזעהן ר' מאיר יעקב זיצן איבער א שו"ע מיט א מתיקות און האקן שטיקער! נישט וואוסענדיג וואס טוט זיך ארום, האט זיך נישט בעסער געלערנט? זעעהנדיג דאנערשטאג נאכט ר' מאיר יעקב מיט א רואיגע זיסקייט פארלערנען א שטיקל ישמח משה, איז זיך נישט בעסער צוגעגאנגען צום שבת? ווי ר' מאיר יעקב שמייכעלט צו יעדן קליין קינד און הערט אויס יעדן צובראכען הארץ, האט מען נאך געקענט טשעפענען נאכדעם? ליידער די לעצטע פאר יאר איז רבי מאיר יעקב געווען א פערזענליכקייט נאר פאר זיינע נאנטע ידידים און גוטע פריינד משפחה און די קינדער, און צומאל דאס אויך נישט, ער איז געווען כלו בבית צו און שפיטאל מדוכא ביסורים איומים, דאס הארץ איז צוגאנגען צוזעענדיג ווי אזא ספר תורה שרוי בצער. א נשמה וואס האט געאטעמט תורה, תורה אין בית המדרש, תורה אויפן גאס, תורה אין שטוב, תורה אין בעט, תורה אין ICU, תורה אויפן רעספערעטער! א תלמיד חכם אין אזא יונגען עלטער וואס זאל זיין בקי בכל מכמני התורה, איז באמת א זעלטענהייט. וואו מען האט איהם געפרעגט האט ער געוואוסט צו ענטפערן, וואס עס זאל נאר זיין די שאלה האט ער מיט זיין ברירות געוואוסט די הלכה, אנגעהויבן פונעם לומדות געענדיגט ביי די מציאות. אלעס! ליידער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען צו לערנען אין די ספר תורה, די תורה איז פארברענט געווארן, די שוידערליכע יסורים און ביטערליכע טריעטמענטס האבן געטוהן זייערס. קרית יואל האט באגלייט דעם ספר תורה וואס איז נגנז געוואן אויף לעתיד לבא, ווען עס וועט זיין דער אזוי לאנג ערווארטעטער תחיית המתים. די שיינע בלום וואס האט געוואקסן און געבליעט און נאר געווארן שענער, די הערליכע אילנא רברבא וואס האט אונטער זיין שאטן געהאלטן צענדליגע יונגעלייט נאנט צו די תורה הקדושה, הונדערטער שואלים משיב געווען בהלכה, וואס פון זיינע פירות וואלטן מיר נאך געקענט אזויפיהל יאר נהנה זיין, איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן. די לעכטעלע וואס האט באשיינט קרית יואל בפרט און כלל ישראל בכלל איז פארלאשן געווארן. אוי מי יתן תמורתו... וויי אבדה נפש ... אין די צייט וואס אידן האבן אזוי געהאפט און געגארט געווארט און געבעטן צו הערן אז די מצב ווערט בעסער "שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא" האט מען ליידער נאר געהערט די ביטערע בשורה אז דער ת"ח בבחינת שבת איז ליידער מער נישטא! רבוש"ע וויפל נאך גייען מיר כאפן? עס רייסט דאס הארץ! דאס זעהל איז צושאסן, די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל ווערן פון אונז אוועקגענומען!!! אונז זענען נישט אין הימעל און ווייסען נישט דעם רבוש"ע'ס חשבונות, אבער דאס איז זיכער אז דער חלל וואס דער נפטר לאזט איבער, די שעות פון תורה מתוך מסירת נפש, מתוך הדחק, דאס מוז מער אונז ערפולן! רבי מאיר יעקב איז מער נישטא צו זיין א סעמפל, אבער זאל ער זיין א סעמפל פאר אונז בשמי מעל אז מיר וועלן דא אונטען פרובירן זיך צו פארבעסערן אין ליכט פון די פארלוסט וועט עס זיכער זיין א טובה פאר זיין נשמה דארט אויבען, און וועט זיכער זיין א גוטער בעטער פאר כלל ישראל! לאמיר זיך מחזק זיין מיט לימוד התורה נאך מער ווי ביז היינט, צולייגן נאך אפאר מינוט צום שיעור, צולייגן א לימוד אין ספרי חסידות, מחשבה, מוסר, צו הלכה, עפעס א קלייניגקייט, צו פרובירן אנצופילען דעם לאך! הרינו לומד לעילו נשמת רבי אברהם מאיר יעקב בן ר' יוסף זאב ז"ל
コメント