!רויט פון אינעווייניג
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 6 min read

רויט פון אינעווייניג!
בס״ד גיין איינקויפן איז ווייט נישט פון די לייכסטע זאכן פאר א מאן... בעיקר ווען עס קומט צו די בעקעלעך אדער לאקשן, דארט ווערט עס קאמפליצירט ביז גאר. אבער אביסל פרוכט דא דארט האב איך אמאל געמיינט אז איך בין נאך יא א מבין, כ'מיין, וואס קען שוין זיין אזוי שווער, אביסל ווייניגער רויט, מער רויט, א שטערקערע האק אויפן וואסער מעלאנע, צי א שמעק דעם שטעכעדיגן קרוין אויפן פיינעפל, וואס קען שוין זיין. בעיקר אז עס איז גוט, געשמאק, זאפטיג, לכבוד שבת. איך שרייב אבער 'אמאל' צוליב א מעשה שהי'. פאראיאר ווינטער ווען מען האט זיך געגרייט צו חמשה עשר בשבט, האב איך באקומען דעם כיבוד פון גיין איינקויפן די פילע פרוכט לכבוד דעם ראש השנה לאילנות. די סופערמארקעט איז געווען איבערגעפולט מיט אן אויסוואל וואס מאכט זיך זעלטן, וואס א יאר שפעטער ווערן די פרוכט אלס מער קריעטיוו און אינטערסאנט, מאדנע געשטאלטן, מאסן, און קאלירן, אלס פאר דעם איינעם הייליגן ציהל פון 'שהחיינו'. גיי טרעף א פשוטע מילגרוים אין א בארג שהחיינו'ס... למעשה האט מען איינגעקויפט א שיין ביסל פרוכט, די פשוטע און אויך אביסל פון די טייערערע סארט, זאל זיין, פון די מילגרוימען האט מען פארשטייט זיך גענומען דריי שיינע גרויסע רויטע און זאפטיגע לכבוד יו"ט. דא האבן זיך אבער אנגעהויבן די פראבלעמען, אנקומענדיג אהיים, פארזוכענדיג פון די שיינע גרויסע מילגרוים האט זיך ארויסגעשטעלט א אומאנגענעמע בילד, פון זיס איז געווארן זויער, און פון טונקל רויטע שאלאכץ צי האלב ברוין פארשימעלטע קערלעך. בקיצור עס איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. פרובירנדיג זיך צי ערהוילן פון מיין דורכפאהל גיב איך א רוף אן א חבר מיינער, א גראסערי-מאן שוין פון דורות... און איך דערצייל איהם דברים כהווייתן; איך האב געקויפט דריי הערליכע מילגרוימען איינס שענער און רויטער פון צוווייטן און יעדע איינע איז געווען אייניג אומנוצבאר. לאמיר דיך אויסלערנען – שרייעט ער מיר אריין אין טעלעפאון – מעשה מבין. דער קונץ ביים איינקויפן מילגרוים איז דווקא פארקערט, "א מילגרוים וואס איז רויט פון אינדרויסן איז נישט טייטש אז עס איז גוט פון אינעווייניג, אדרבה" זאגט ער קלאר. הער מיין עצה, "קומענדיגע מאל דו גייסט קויפן א מילגרוים, זוך אויף די ווייסע, הארטע מילגרוים, וועסט עס אויפשניידן, אוי וועט דאס גוט זיין." נו, אומר ועושה, איך קען שוין קוים ווארטן אויף די קומענדיגע חמשה עשר, לאמיר האפן אז עס וועט טאקע זיין אזוי גוט ווי עס קוקט אויס אינעם דמיון. קיין מבין בין איך נאך נישט אבער עכ"פ היי יאר גיי איך אי"ה קויפן די מילגרוימען. טראכטענדיג אזוי פונעם מילגרוים איז מיר אויפגעשווימען די מאמר חז"ל "ישראל נמשלו לרימון" אידן זענען געגליכן צו א רימון, פארוואס? אסאך פשטים זענען דא דערויף, מיר איז אבער געלונגען צי דערטאפן א פרישע שייכות. מ'גיימער זיך זעצן צום טיש קומענדיגן ט"ו בשבט, ארויסנעמען די פירות, מאכן א ערליכע ברכה אויף די זיסע פרוכט און עסן די געשמאקע זיסע קערלעך פונעם מילגרוים. די בעסטע חלק פון די בעסטע פרוכט וואס איז פארהאן. ארץ ישראל איז מיט דעם געבענטשט געווארן, כלל ישראל – די מובחר שבאומות – גלייכט מען צי צו א מילגרוים. לאמיר אינאיינעם באטראכטן דעם מילגרוים, די פרי, די קערלעך, און עס אפלערנען. נישט סתם עסן. אידישע קינדער, בכלל ובפרט, האבן אלע סארטן תקופות, גרינגערע, שווערערע, און צומאל נאך שווערערע. יעדער ביי זיך אינדערהיים מאכט זיך אמאל א תגובה גייט דורך זיין אייגנארטיגע שוועריגקייט און קראצעניש אין לעבן. ווי א טאג אדער יאר עס גייט פארביי אלס מער אויסגעברענט ווערט מען, און מען זוכט מיט לעכט א דבר חיזוק, א שטרוי מיט וואס דורכצושווימען די כוואליעס, עפעס עפעס אבי עס זאל נאר שטארקן אביסעלע. מען קוקט זיך ארום, די זעהל איז פארשווערט, די דעת איז צוקוועטשט, צרות אחרונות משכחות הראשונות, די טאג טעגליכע הו הא מיט אירע צומישענדע צוואנג-כוואליעס שלעפן און ציען די מענטש, צי ווערן נאך מער צובראכן נאך מער מיואש. די האפענונג צובלאזט זיך, די שטראלן פארשטעקן זיך אונטער טרערן וואלקענעס, און עס דאכט זיך ווי די ישועה איז ח"ו נישטא. די אויפבליהונג פון ניי איז ווי א פארגאנגנהייט. אז די מצב גלאנצט נישט און שיינט נישט אמאל אזוי, די וועג צו הצלחה קוקט אויס פארשפארט, טוען מיר אבער געדענקן און פארשטיין. "א מילגרוים וואס איז רויט פון אינדרויסן איז קיין סימן נישט אז עס איז גוט פון אינעווייניג", אזוי זאג דער מבין און אזוי איז די פאקט. אויפן שעלוו ווען מען גיבט אויבנאויף א בליק, צייגט אפשר די רויטע גרויסע מילגרוים אסאך שענער און בעסער, מיט אן אויבערפלעכליכן בליק פון א נישט-מבין זעהט מען אין דעם די שענסטע און בעסטע. אבער מיט א טיפערע צוויי מאל דורכגעטראכטע בליק דערויף, פארשטייט מען ווי נאריש עס איז אזוינס צי קויפן. פארוואס פונקט פאר אונז? פארוואס אזוי שווער? פארוואס 'נעם איך עס' אזוי שווער? פארוואס קען איך מיר נישט מתגבר זיין אויף די שטרויכלונגען? מיר פירן נישט די הימל חשבונות, אבער אונזער אייגענער חשבון האבן מיר יא א פליכט צי מאכן. ישראל נמשלו לרימון, מיר זענען גלייך צום מילגרוים, פארוואס? ווייל א אידיש קינד איז א מאמין בשם, גלייבט און ווייסט אז יעדע ריר, יעדע נסיון, יעדע שוועריגקייט, יעדע ווייטאג, אלעס אלעס קומט פון א גרויסן ליבן טאטן אין הימל וואס מיינט "נאר גוטס"! נאכאמאל, "נאר גוטס". איי... איי עס טוט וויי? איי עס איז שווער? איי איי? איי די ליסט פון נסיונות איז אזוי לאנג? גלייבן מיר מיט א פשוטע ריינע אמונה, אז עס איז זיכער לטובה, אונטער די הארטע פארטרוקענטע מילגרוים ליגט הערליכע זאפטיגע קערלעך. און אז די פעקל קוקט אויס הארט און בלאס פון אינדרויסן פארשטעקט זיך דערונטער א זאפטיגע חסד השם. ווי האט יענער געזאגט... איך האב מיר שוין פון מיינע נסיונות אזויפיהל געלערנט אז איך וואלט ווען געדארפט נאך אפאר... קיינער וויל ח"ו נישט בלייבן מיט זיין פעקל שטיינער, אבער דוקא די זאך וואס קוקט נישט אויס גוט, דארט טיף טיף, ווען מען שניידט עס אויף מען קריכט דערין אריין מיט אן אביעקטיווע בליק וועט מען זיכער זעהן דארט התגלות אלוקית!! געטליכקייט!! השגחה פרטית. מען פיהלט צומאל א ישנות, א פארשלאפנקייט אין א דאווענען, א פוילקייט צו גיין לערנען, טוהן רצון השם, הארעווען פאר אביסעלע עולם הבא. מען שטייט אין די הייליגע שובבים טעג און עס וויל זיך טוען עפעס דראסטיש, עס וויל ציען צו קדושה א טראפעלע מער. אבער עס איז פארקנאקט פארשלאסן. מען פיהל ח"ו א געפיהל. יאוש. "ישראל נשמלו כרימון אף ריקנין שבה מלאים מצוות כרימון" יא, יעדער אידיש קינד, און איך דער שטילער יחיד אין ביהמ"ד איז נכלל אינעם 'ישראל', מיר זענען אבער אויך פול מיט מצוות, פול מיט האפענונג, פול מיט אמונה, פול מיט התחזקות, פול מיט בטחון, פול מיט נאנטשאפט צום אייבערשטן, פול מיט הייסע תפילות, פול פול מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, פול מיט שטרעבונגען און האפענונגען אז מיר וועלן שוין אמאל זיין גוט, מיר וועלן שוין אמאל וועלן זיין וואויל. די פינטעלע איד ארבעט און ברענט שטיל אבער הייס, עס וועט קומען א טאג – און אפשר נאך היינט! וואס עס וועט אויפפלאקערן אין א טאנץ, א שפרונג טאן צום טאטן און הימל און שרייען מיט א פעסטקייט טאטע איך וועל דיר דינען. פון אינדרויסן איז ווייס און פארטרונקט? אינעווייניג איז זאפטיג רויט. גליעדיג הייס! די קערלעך פון די מילגרוים וואקסן נישט שיין אויסגעקלאפט אין קאנטעינערס, אויסגעפוצט פון די שמוץ און שאלעכץ, ניין, ארומגענומען מיט דיקע שאלעכץ, באהאלטן צווישן שלייער און שמוץ, דארט טיף ליגט די געשמאקסטע חלק פונעם רימון. ווייל מיר אלע זענען גלייך צו דעם מילגרוים, יא, מען דארף אביסעלע קלאפן, האקן, אבער אז מען שוויצט אביסעל שווערער, לענגער, איז נאר א סימן אז די פירות וועלן זיין נאך אסאך שענער. האט איר שוין באקומען אמאל א פשוטע פעקל ברויט פון קלייט איינגעפאקט אין wrapping paper? האט איר שוין אמאל באקומען א הערליכע קריסטאלענע וויין פלאש איינגעפאקט אין דינע באק פאפיר? פארשטייט זיך אז נישט. ווייל ווי טייערער א מתנה איז, ווי האקעלער און חשובער די אייטעם איז, אלס מער און בעסער איז עס ארומגענומען און פארפאקט מיט מער פאפיר מער שיכטן און קלעב, שטריקן און קניפ, אלעס כדי עס אפצוהאלטן פון חס ושלום ווערן געשעדיגט צי צובראכן. אז מיר באטראכטן אונזער אייגענע ד' אמות, און עס איז טיף פארפאקט, ארומגענומען מיט שווערע זיגלען און קניפן, טיפע פאנטשערס און שטרויכלונגען, איז נאר א סימן אז די הערליכע מתנה וואס איז אונז אוועקגעלייגט איז טייער און חשוב עד אין שיעור וערך. די עתיד וואס ווארט אונז אונטערן טיר איז שענער ווי מיר האבן זיך געראכטן. - ט"ו בשבט. מיר שטייען אינעם סאמע טיפסטן ווינטער, אבער מען נעמט זיך שוין צו די ביימער, די פעסטע שטאמען וואס טוען באשיינען אונזער הערליכע וועלטל, גיבן אונז זיסע פירות. אילן במה אברכך. ראש השנה לאילנות. און מען קען זיך אמאל וואונדערן, פרוכט עסט מען יעצט? די ביימער זענען נאקעט ווי ביז אהער, טרוקן, פארהארטעוועט, און נאך אפילו באדעקט מיט שניי און אייז? מיר ווייסן אבער דעם אמת, חז"ל האבן אונז שוין געלערנט, אז דארט טיף טיף עטליכע שטאק אונטער די ערד הייבט זיך שוין אן אן אויפוואכונג, א ווידער אויפבליה, די ערשטע טראפן זאפט הייבן שוין אן ארויפצקריכן אין די ווארצלען צענדליגער פיס אין די ערד. עס איז נאך טאקע צי פריה צי זעהן, פון אויבן זעהט מען נישט די מינדעסטע חילוק, אבער דארט קאכט זיך שוין א הערליכע גרינע זומער. עס איז נאך אפשר ביי אונז ווינטער און קאלט, אבער דארט טיף אין די הימלען, באהאלטן צווישן אלוקית און הסתרה שפירט מען שוין די ישועה צייכענעס, די שרף העולה על האילנות, די פארטרוקענטע ביימער לעבן אויף און וועלן אי"ה בקרוב אויפבליען אין שענסטן און ארויסגיבן די בעסטע און פיינסטע פירות. שטארקט אייך אידעלע אינאיינעם, איין העלפט גלעזל איז שוין פול, און עס וועט בקרוב אנגעפולט ווערן אויך די צווייטע העלפט. אונזער ישועה פרטית וכללית איז א שפאן אוועק. די רויטע גלאנציגע גשמיות און אירע פילפארביגע טעכנאלאגיע רייץ איז פארפוילט און פארשטינקן פון אינעווייניג, עס גיבט גארנישט, ברענגט גארנישט, נאר פירט צו שווארצקייט און ביטערניש. אט אט און משיח וועט אונז ווייזן מיט די פינגער אייער מסירת נפש צי אידישקייט און צו דביקת ואמונה בשם האט מקרב געווען די גאולה. מיר וועלן עס חזר'ן איינמאל, און דאן נאכמאל, און עס אריינפרעגלען אין אונזערע קינדער, ושננתם לבניך. און די פירות וועלן עדות זאגן ווי שטארק איז די ווארצל פון ווי זיי שטאמען.
Comentários