...ראש חודש אלול יהי'
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 6 min read

ראש חודש אלול יהי'...
ראש חודש אלול יהי' ביום... בררר... א סקרוך לויפט אדורך אין אלע ביינער... דאס אידיש נפש גיט א צאפל, די געפילן ווערן צושרויפט, דאס פינטעלע איד פון יעדע אידיש הארצט שפירט עפעס... עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין, עפעס העכער'ס, עפעס פארכטיג, א ציטער וואס דערוועקט, עס שטראמען אריין אין די אדערן א געטליכע פליסיגקייט, די רוחניות'דיגע אימיון סיסטעמען וועקן זיך אויף פון זייער לאנג-צוועלף-חדשים'דיג שלאף... יא, א גאנץ קיילעכדיג יאר איז שוין אדורך... מען האט קוים קוים אראפגעשלינגען די אתרוג קאמפאט פונעם פאריאריגן תשרי... און, מען שטייט ווידער ביים טיר, עס הערן זיך די קלאפן, די זעצעס פון א אידיש הארץ וואס ווערט מיט וואס א טאג שטערקער. און די ציטער פון די פיש כאפט זיך אריין צווישן די בעלי בחירה... דער ציפעדיגער קול השופר וואס רייסט אדורך אינעם בית-מדרש-לופט קלונגט שוין כמעט אין די אויערן, יא, אט אט וועט מען שטיין מיט די נאסע פיאות, אינעם טונקעלן פרימארגן, מיטן סליחות'ל אין האנט, במוצאאאאאאאי מנוחההההה יקדמנוךךךךךך תחילה... ס'קומט א צייט פון חשבון הנפש, לב יודע מרת נפשו, מען קוקט זיך אום ארום זיך, עס באפאלט א שרעק, דער בית החיים איז שוין פולער געווארן במשך'ן יאר, די שפיטעלער ליידער זענען נאך נישט צופיל ליידיגער געווארן, און די קייטעלעך אויף די יושבי חושך וצלמות זענען נאכנישט געעפנט געווארן... די אויגן ווישן נאך די טרערן פון די לעצטערע שמועות, די מארטגעדזש דארף באצאלט ווערן... און די שכר לימוד באלאנס איז הויעך.. שטייט דער אידל ביים סידור'ל און טראכט צו זיך, רבוש"ע, איך ווייס וויפעל איך האב דיר דערצערנט, און איך ווייס אז פאריאר ראש השנה האב איך געזאגט אז איך וועל שוין זיין וואויל, איך ווייס רבוש"ע, אז דאס יאר איז ליידער פול געווען מיט אידישע צרות, איך ווייס אז די ווילסט מיר נישט שלעכטס טוען, איך ווייס אז איך וויל אריינגעשריבן ווערן צווישן די וואס וועלן קומענדיגע יאר נאך זוכה צו זיין צו זעהן מיינע לעכטיגע קינדערליך און זיי בענטשן, איך ווייס איך ווייס... די פחד איז גאר גרויס, מען דארף זכותים צום יום הדין. אבער וואס טוט מען? * געווען איז עס אין א קליין שטעטעלע אין אמאליגן אייראפע, 10 צו 15 הייזקעלעך צוושין פעלדער און וועלדער, ארומגענומען מיט פאשע און קיען, קאטשקעלעך און ציגעלעך, קליינע האלצערנע געביידעלעך מיט גרויסע שטרויענע דעכער... א שטעטל! ס'איז שא שטיל, ס'איז אימיטן די נאכט, יעדער שלאפט רואיג, און ר' ברוך איינע פון די איינוואוינער'ס פונעם שטעטעלע, וואס גראדע איז ער נישט פון די צו גרויסע חכמים, דערוועקט זיך, ער שפירט גערוך פון פייער... ער הייבט זיך שנעל אויף און לויפט ארויס אין קיך, ווי ער דעזעהט שוין ביים פענסטער די שרעקעדיגע קאלירן וואס ווארפן א פחד, און יא, די שכן'ס הויז ברענט.. אוי וויי, ער לויפט ארויס מיט איין אימפעט און ער זעהט ווי נאך אפאר אידן האבן זיך שוין אויפגעוועקט צו די שרעקליכע שריפה, די פון-האלץ געמאכטע געביידעס כאפן זיך אן אווי שטרוי צום פייער, און די ריזיגע פייער צינגען שלונגען איין הויז נאכן אנדערן... ר' ברוך איז אינגאנצן באגאסן מיט שווייס, ער זעהט ווי די פייער ווערט גרעסער און גרעסער, ער כאפט זיך ביים קאפ רבוש"ע א פייער! רבותי ס' ברעעעענט, מען דארף ברענגען וואסער, ס'שרעקליך די מצב, די שטאט גייט חרוב ונחרב ווערן, אוי מען דארף ברענגען אמפער'ס, א שרעקליכע צרה האט באטראפן די שטעטל, און אזוי לויפט ער פון גאס צו גאס דערציילען פאר יעדעם איינעם, אז ס'ברענט, און מען מוז זעהן עפעס צו טוען... ווידעראום די פאר פלינקערע פון צווישן די איינוואוינער די וואס האבן נאך יא באקומען עפעס דעת, אריענטירן זיך פלינק, עס ברענט, עס איז נישטא קיין צייט צו ווארטן, שנעל שנעל, מען טיילט באפעלן, מען איז מסדר גרופעס, יעדער לויפט אהיים צו זיין הויז און מען ברענגט יעדע לעוואר וואס מען האט, יעדע אמפער וואס איז שייך צו געפונען און מען לויפט צום לאקאלן טייך שעפן וואסער, נאכאמאל און נאכאמאל לויפן די אידן מאסנווייז אהין און צוריק פונעם וואסער צום שטעטל און מען גיסט.. וואסער, וואסער, וואסער, מען פרובירט איבערצוקומען די שוידערליכע פייער צונגען וואס באדראען חרוב צו מאכן די שטאט... * יא טייערע ברודער, עס ברענט א פייער, א פייער פון טומאה, א פייער פון זוהמה, ריזיגע פלאמען באדראען צו פארשלעפן אונזערע דורות, אונזער אייגן נפש, די יצה"ר מיט זיינע שליחים - באקליידעט אין די טעכנעלאגישע מונדירן, ברענען אפ אידישע הייזער, אידישע נפשות, די פייער ברענט און גליעט, אידשע פארמעגנס – טייערע נשמות פאלן ליידער אריין אינעם גשמיותדיגן שמעלץ טאפ. דאס דאווענען איז שווער, די מחשבות רוישן, די לערנען איז ביטער, די פרנסה אין די גאסן... מען פילט זיך טרוקן, יעדע ברכה, וויפעל מאל האב איך אינזינען געהאט? מען איז אנגעוויזן אויף אזויפיל רחמים, אויף טריט אין שריט, אין אלע אספעקטן, ברוחניות ובגשמיות. מען וויל זיין וואויל, מען וויל זיין גוט, מען וויל האבן א זיס יאר, א ערליך יאר, מען איז זיך מקבל קבלות טובות. עס גייט אדורך א יאר, און מען זעהט זיך ביים שוועל פון חודש אלול, טראכט זיך דער אידעלע, איך? איך וועל נאך עפעס ווערן? פאריאר האבעך מיר שוין מחזק געווען הושענא רבה אז די לעצטע מינוט ווען די מלך פארט אהיים, פון היינט וועל איך זיין וואויל! איך האב מיר דערזעהן זאת חנוכה מיטן זעלבן ניגון... אבער, יא, פון היינט וועל איך זיין וואויל! און עס איז געקומען א טאג פאר שבועות האב איך מיר דערזעהן חזר'ן די חסידושע טייערע ווערטער פונעם הייליגן תפארת שלמה אז אינעם פוציגסטן טאג קען מען אלעס מתקן זיין... אבער יא, פון יעצט וועל איך זיין וואויל! און יעצט, האלט די קאלענדער כ"ח אב... יא, מען קען זיך ארומדרייען פאר'אלול'ט, און זאגן מען דארף תשובה טוען, מען דארף תשובה טוען, ס'דא א פייער, א יום הדין, אוי וויי, עס איז נישטא מער קיין צדיקים אמיתיים, די דור איז שרעקליך, די נסיונות, די צרות ס'עק וועלט! איך זעה נישט קיין וועג ארויס.. און אפילו תשובה טוהן אויך...! אבער דעמאלט קוקט מען אויס ווי אונזער ר' ברוך... יזכרו וישובו אל ה', דער אייבערשטער רופט צו אונז, דער זיסער טאטע זאגט צו אונז, טייערע קינדער, יעצט איז נישט די צייט צו מאכן חשבונות, נישט קיין חילוק וויאזוי דו האסט אויסגעקוקט נעכטן, נישט קיין חילוק וויאזוי אייער נעכטן, טראכט נישט פון די ביטערע מצב, טראכט נישט פונעם דור אין ווי די לעבסט, ווער נישט פארשוועמט פון געפיל, השי"ת דארף נישט קיין צובראכנקייט יעצט, עס ברענט א פייער! נעם א גמרא'לע און זעץ דיר לערנען! דער יצה"ר איז א פייער, און די תורה נמשלה למים, די תורה איז קאלטע וואסער וואס פארלעשט דאס פייער! תנא דבי רבי ישמעאל אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש אם אבן הוא נימוח אם ברזל הוא מתפוצץ אם אבן הוא נימוח דכתיב {ישעיה נה-א} הוי כל צמא לכו למים וכתיב {איוב יד-יט} אבנים שחקו מים אם ברזל הוא מתפוצץ דכתיב {ירמיה כג-כט} הלא כה דברי כאש נאם ה' וכפטיש יפוצץ סלע. אלול איז נישט קיין צייט פארן עבר, עס איז א עת מוכשר פארן עתיד! ווי דער הייליגער חידושי הרי"מ האט געזאגט: "מיטשע אהער די בלאטע מיטשע אהין די בלאטע, ס'איז אלס בלאטע", טראכטן פונעם נישט גוטן עבר ברענגט נישט גארנישט, ווי דער מלאך האט געזאגט פאר לוט "ויאמר המלט על נפשך אל תביט... המלט פן תספה... ס'געוויס באקאנט, פארוואס ראש השנה די טאג פונעם משפט, א טאג וואס כל באי עולם יעברון לפניו כבני מרון, וואלט מען ווען געדארפט זיצן אין ביהמ"ד מיט פאפטושען און קיטלעך, מיט טאביק פושקעס,און פאסטן'דיגערהייט וויינען און בעטן אויף מחילה? אבער ניין ראש השנה איז א טאג פון ממליך זייך דעם אייבערשטן, אויף זיך און אויף די גאנצע וועלט, שפירן א נאנטקייט צום באשעפער, ווערן נענטער צום רוחניות, א ברעקעלע אהבת ה', דאס ערווארט דער אייבערשטער פון אונז, א שטיקעלע גמרא רש"י, אביי ורבא, "תורת ה' תמימה משיבת נפש", עס ברענגט קרבת אלוקים, עס ברענגט קדושה אויף א מענטש, מען פיעלט זיך נענטער, דערהויבן, עס גיט סיפוק, עס גיט חיות, נאכדעם ווען מען האט שוין דאס געטוען, זיך אנגעזאפט מיט תורה און קדושה קען מען צוגיין צום יום כיפור, תשובה צו טוהן אויף די אלטע זאכן. עס איז צוויי טעג פאר חודש אלול, עס קומען הייליגע טעג, פארכטיגע טעג, דער אייבערשטער שטייט מיט ביידע הענט אפן שובו בנים שובבים! ימינו פשוטה לקבל שבים! לאמיר אויסניצען די טעג צי טאקע ווערען נאנטער צום איינציגען גאט, לאמיר זיך מקבל זיין מיט א פעסטקייט און קביעות גמור, צו לערנען דעם שיעור יעדן טאג, חק ולא יעבור, חודש אלול וועט מען מרבה זיין מיטן סם החיים קעגן דעם יצה"ר! שנעל שנעל, די צייט לויפט און בלייבט נישט שטיין, באלד איז שוין נאכאמאל זאת חנוכה... יא, דאס וועט אונז אי"ה העלפן צו באשריבן ווערן צו א זיס געבענטשט לעכטיג יאר, געזונט פרנסה נחת מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות עד שיבלו שפתותינו מלומר די! מיר וועלן פארזיגעלט ווערן מיט א גאלדענעם סטעמפל לאלתר לחיים ולשלום, א כתיבה וחתימה טובה! זאגט די הייליגע גמרא...
Comments