top of page

!עמו אנכי בצרה

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

עמו אנכי בצרה!

הייסע שטראלן בריענדע פיילן ווייטע מיילן דער מדבר זאמד צוזייעט אויסגעשפרייט ענדלאז ווייט דער מדבר אין א זייט אליין גייט שאף באגלייט ערוועקט געווארן פלאמען רינגען פייער צינגען שלינגען, שפרינגען אויפן דארן הייליגע ערד טייערע ווערד א קול הערט השי"ת אליין טוט שפרייזן געטוען באווייזן אידן אויסלייזן פון ביטערע פיין דערנער שטעכן הערצער ברעכן דאך שפרעכן דורך איר איך טוה טעג, וואכן דערנער שטאכן ביסט צובראכן כ'פיהל עס פונקט ווי דו איך שפיר מיט דיר יעדע ריר אן א שיעור זאגט דער בורא איך פארשטיי באגלייט און גיי אין יעדע וויי האב נישט מורא

עמו אנכי קיין חילוק וואו נאכט, צופרי אלעמאל-איז... די הכרה אפילו בהסתרה אנכי בצרה אינעם ביטערן גלות יעדע פעולה הייסע תפלה פונעם עם סגולה אויף צער השכינה טוהן דערמיט נענטער א טריט צו די מינוט ובאו לציון ברינה!


Comentarios


©Endetzadick

bottom of page