top of page

?מיין קינד ביסט נאך דא

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

מיין קינד ביסט נאך דא?

טונקעלע פליגל אינעם הערשנדן נאכט געטריי ביים וויגל פארבויגן. פארטראכט די לעכט שוין פארבלאזן קיין ליכטיגקייט פון לאנג נאר היישעריק און גראזן אין די נעכטליכע געזאנג מאמישע געפילן איר ליבלינגס וואוילזיין צי טוט זי גוט פילן צי גאר אויסגיין קיין אטעם קיין ריר קען גארנישט זעהן די זארגן פאר איר איז עפעס געשעהן? געדאנקן אויפבליצן די מאמע וויל די מיטל אויסנוצן קרעכצן שטיל אויב מיט די מאמען אויך דאס קינד וועט וויינען צוזאמען דאן איז זי געזונט שטילקייט. א ברום ווארט צי הערן דער בעטל שטום זי הייבט אן טרערן שטערקער. העכער. קרעכצן אויפן קול דאס קינד דערוועקן פון געוויין נאר זאל הארץ קלאפענישן פחד צוואנגען געוויין טיפענישן די געגארטע קלאנגען זי זארגט אין ציטער וויסן זי טוט שטרעבן מיין קינד וואס טוט ער איז ער נאך ביים לעבן? קול ברמה נשמע, נהי אן עצה זי טוט קלערן א ברום, א קרעכץ גיבט זי זעהן צי ער וועט הערן בכי, טרערן העכער אבער. שא שטיל תמרורים, דאס שוין זיכער די געוויין הערן זי וויל מאנה להנחם יאמערליכע קלאג על בניה, מיין קינד ענטפער, זאג! אבער שטיקלייט. שטום איז דער ענטפער דא אוי, ואיננו מיין קינד ביסט נאך דא??


Comments


©Endetzadick

bottom of page