מיין באזוך ביים אתרוג סוחר
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 5 min read

מיין באזוך ביים אתרוג סוחר
זייענדיג אינעם אנגעצויגנעם געיעג פון אפיר זוכן א הערליכן אתרוג וואס זאל צייגן קבל עולם ומלואו מיינע בכיות עצומות דעם פארגאנגענעם חמשה עשר בשבט, בין איך אריין אין איינע פון די אתרוגים לאקאלן דא אין קרית יואל, גראדע איז דער סוחר א שטיקל מבין אויך. איך קום אריין, א ליכטיגע לופטיגע ריזיגע צימער אויסגעלייגט מיט מענטשן... אן ערנסקייט ליגט אויסגעשפרייט, אייינער אונטערן לייט, איינער העכערן לייט, איינער ביים פענסטער, און איינער מיט א ריזיגע שומרים פלעשלייט. פאר א פראפעששאנעל פאטאגראפירער וואלט די דאזיגע מינוט געווען א בארגען. אלע סארט פנים'ער און גרימאסן, די גלעזער ארויף און אראפ מיט אלע סארט קנייטשען אויפן שטערן, א באנקראטירטער דיימאנד סוחר שפילט נאך מבין מיט א לאאפ... ביים ווינקל שטייט א כולל יונגערמאן מיט די בריללן אויפן שפיץ נאז, אונטער א ריזיגען פארגרעסערונג גלאז מיט א לעיזער פוינטער... און יעדער זוכט... וואס זוכט מען? לויט מיין מיינונג, איז עס פשוט אראפצוהאנדלען מיטן פרייז... איינער קומט מיט א טייערן אתרוג אין די האנט, נארוואס פרעגענדיג זיין דיין אדער רב איבערן כשרות דערפון, אנדערע שטייען שוין מיטן טשעק ביכל אהינגעבענדיג פארן סוחר אויף שבת צו מאכן, און איך ווי נאך אנדערע הייבן יעצט אן דאס זוכן. איך שטעל מיר אויך אין די ליין, און דער אתרוג סוחר קומט צו "וואס זוכסטו? וועלכע סוג?" א שיינער אתרוג! ער ברענגט מיר ארויס א הויפן באקסעס, מארקאנע אתרוגים, "זוך אויף צו איינס געפעלט דיר". יעצט האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון אויפדרייען די וואטעס... טו מעיק ע לאנג סטארי שארט, דריי פון די איז געגאנגען אין די זייט אין א ריזיגע באקס דעזיגנירט פאר אתרוג קאמפאט, עטליכע שמוציגע און צוויי נקלף. זאג איך דעם סוחר, ר' איד איך זוך א "שיינע" אתרוג, איך בין גרייט צו צאלן. אה, ער ברענגט ארויס עטליכע הערליכע אתרוגים, באמת שיינע אתרוגים, איינס נקי, איינס מיט א רבישן גידול, איינס מיט א חניוק'ישען גארטל, און איך הייב אן צו באטראכטן איינס איינס. אבער ניין, דאס איז נאך אלס נישט קיין "הדר". איך זוך עפעס ספעציעל. דער סוחר גייט אריין אונטער די מחיצות דארט, ער קומט ארויס מיט 3 באקסעס, אונטן פון די באקסעס שטייט עפעס מאדנע קאודס און קאלירן, "כאפ א בליק אויף די אתרוגים, אבער גיב אבאכט עס איז טייערע סחורה". די אתרוגים זענען שוין געווען ספעציעל שיין איינגעפאקט, איינגעוויקלט מיט דאפעלטע וואטע... מיט א ציטער נעם איך ארויס א אתרוג. יאפס, דאס איז עס, שיינע גידול, קאליר, חריצין ובליטין, און בעיקר, ממש זויבער. איך זאג איהם: איך מיין דאס איז מיינס! אה, יא? "דאס איז ווערד אסאך געלד!" נו, ווואס טוט מען נישט פאר הידור מצוה. אפשר ווייזטו מיר עפעס פון דעם סוג פון יאנעווע? גיב איך איהם א פרעג יאנעווע? פאר די פרייז? ווייסט דאך – גיט ער א שמייכעל (כאילו איך ווייס נישט וואס ער וויל זאגן...) "היי יאר איז א מאנגעל, עס וועט דיר קאסטן אן אפותיקו" יא אבער איך האב בעסער ליב די יאנעווע. גייט ער נאכאמאל אריין און קומט צוריק שוין נאר מיט 2 באקסעס, זאגנדיג אזוי אונטער די נאז "דאס איז ממש יחידים, נישטא קיין סאך פון דעם". ער האט מיר געוויזן, און געבעהטן א פעפעריגן פרייז, צום סוף בין איך ארויס נאך צוויי שעה זוכן און קוקן אונטער אלע סארטן לעקטער - אז איך צאל שוין יא, מוז מען דאך זיכער מאכן אז עס איז טאקע אזא נקי והדר, עס זאל טאקע ווערד זיין די פרייז - מיט א הערליכע יאנעווע אתרוג – א יחיד במינו - אין די האנט, שמח וטוב לב. אבער דער מבין האט מיר נישט פארגעסן אנצוזאגן: גיב ספעציעל אכטונג אויף דעם, עס זאל זיך האלטן פריש און שיין! ווי איך קום ארויס פונעם לאקעישאן אויף גארפיעלד רד. פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול, זעה איך א לויה גיין... נאך א קורצע חקירה ודרישה ווער איך געוואויר אז מען איז מלוה יעצט א טייערע חשובע איד שהלך למנוחות. די קאפ האט זיך אנגעהויבן דרייען, און די מחשבות זעצן, איך בין פשוט נישט מסוגל געווען ווייטער מממשיך זיין מיטן גיין, בין איך אריין אין ביהמ"ד און זיך אראפגעזעצט אויפן באנק טראכטן... * א ריזיגע לופטיגע זאל, אן ערנסקייט איז אויסגעשפרייט, הונדערטער מלאכים קומען און גייען מיט טייערע ארטיקלען, הייליגע נשמות, מתחת כנפי השכינה נחצבו, מאנכע באגלייטן שוין די מלאכים אריין צו זייער אייביגער לעכטיגער רוה, אנדערע ווערן הערשט געפירט צום בי"ד של מעלה "עס צו באטראכטן" און דער בי"ד זאל פסק'ען מה בדינו. און עס איז דא אזעלעכע וואס ווערן אוועקגעלייגט ליידער אויף שפעטער ווייל עס איז נאך יעצט נישט ראוי צו נוצן... יעדע נשמה ווערט עקסטער אין די האנט גענומען, און באטראכט, אונטער ריזיגע שווערע לעקטערס און פארגרעסרונג גלאזן ווערט יעדע נשמה'לע אונטערזוכט פון אויבן ביז אראפ. מיט יעדע פלעק נידערט עס די פרייז... ווידעראום פארקערט, עס איז דא די ספעציעל הייליגע נשמות, די ריינע און שיינע גידולים, די וואס זענען בשעת'ן וואקסן אפגעהיטן געווארן פון פארפלעקט ווערן, זיך אפגעהיטן פון רעגן און בלעטער זיי ווערן אויפגענומען מיט ספעציעלע חביבות, דאס זענען נשמות וואס זענען נישט סתם. עס ווערט באהאנדעלט מיט עקסטערע קעיר, זיי ליגן פארפאקט און שענערע האלטערס אויף א ספעצילן מקום, "ווייל עס איז טייערע סחורה". דאס איז אלעס געווען אמאל, ווען עס איז געווען א סורפלאס פון אזעלעכע סחורה, אסאך פון די וואס זענען אנגעקומען דארט ביים בי"ד של מעלה זענען געווען פון די שיינע סוג. אבער ווען עס איז דא א מאנגעל, עס איז שווער צו טרעפן, די שניט איז ליידער שווער, יעדע נשמה איז ווערד מיט אזויפיהל מער! אין הימעל שטייען די מלאכים, די שרפי מעלה, דער בית דין, און הקב"ה אליין, און ווארטן! זיי זוכן! זיי ווילן פון די שיינע סחורה! זיי ווילן א הדר! איי, מיט וואספארא חביבות, און ווי טייער, און הייליג, ווי חשוב און באליבט, איז א נשמה וואס איז זוכה מען זאל זאגן אויף איהם, "אינעם שווערן מאנגעל איז ער א הדר"! * טייערע ברודער, מיר זענען אלע אדורך א 'פאוער וואש', הקב"ה בכבודו ובעצמו האט ארויס גענומען אונזער הייליגע נשמה, און אפגעוואשן און אפגערייניגט, אויסגעזויבערט און געפוצט, וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם! עס גלאנצט! א הדר! וואס איז ווערד עד אין שיעור וערך! מיר דארפן נאר געדענקן די ווערטער פונעם סוחר "גיב ספעציעל אכטונג אויף דעם, עס זאל זיך האלטן פריש און שיין!" מיר גייען נעמען די ד' מינים ערב יו"ט און עס צוזאמענבינדען, והיו לאחדים, לאמיר בשעת מעשה טראכטן "צו האב איך טאקע אזוי ליב אלע סארט סוגים פון אידן? צו האב איך טאקע ליב יעדע איד אין מיין בית המדרש? אויב נישט, פארוואס האב איך געצאלט אזויפיהל געלט פאר אן אתרוג? מען גייט נעמען די אתרוג אין די האנט די ערשטע טאג יו"ט, און זאגן מיט ברען מיט די נאסע פיאות די לשם יחוד, צו איז מיין הארץ טאקע אזוי שיין ווי דער אתרוג? אויב נישט, פארוואס האב איך געצאלט אזויפיהל געלט פאר אן אתרוג? עס קומען פייערדיגע טעג, טעג פון שמחה והתרוממות, אנשטאט צו זיין בשמחה ווייל מען וויל, גייט מען זיין בשמחה ווייל השי"ת וויל! אונז גייען זאגן פארן אייבערשטן מיר זענען שטאלץ און בשמחה צו טוהן דיינע מצות! מיר זענען שטאלץ און פרייליך אפצוהיטען אונזער הארץ עס זאל זיין ריין פון יעדע פלעק! מיר זענען פרייליך צו זיין א טייל פון דיין באליבטע פאלק! ווייל מיר ווילן טוהן א נחת רוח פאר דיר רבוש"ע! מיר פרובירן דא אויף אונזער עולם השפל צו לעבן באחדות פון אלע ד' מינים שבישראל, און צו מקרב זיין יעדע צובראכענע נשמה, זיי דו אויך מקרב אוֹתִיּוֹת שִׁמְךָ הַמְּיֻחָד תְּקָרֵב אֶחָד אֶל אֶחָד. מיר זאלן זוכה זיין בקרוב בימינו צו זיצן בסוכת עורו של לויתן, ארומגענומען מיט שמחה של מצוה, א געטליכע העכערקייט, איינגעטונקען אין התרוממות וקרבת אלוקים, שפירן די אויסטערלישע זיסקייט פון הקב"ה, מיט משיח'ן אינאיינעם בקרוב ובאו לציון ברינה! א שמחת יו"ט
Comments