?ווער האט דיר געבעטן
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 3 min read

ווער האט דיר געבעטן?
עס איז 6:00 שארף אין איינע פון די גרעסטע שפיטעלער אין אר"י. די ארבעטער פון אלע אפטיילונגען, דאקטוירים און נורסעס, גרעסערע און קלענערע, רישן זיך אהיים צו גיין, מען פאקט צוזאמען די פעקלעך, יעדער נעמט זיין אייגן טאשקע און מאכט זיין וועג צום גרויסן לאבי פארנט פונעם גרויסן בנין זיך ארויסצוסיינען פון די ארבעט און גיין שעפן אביסעל כוחות צו א פרישע אפמוטשענדע טאג, פון באהאנדלען די שווערסט קראנקע מענטשן וואס ליגן נעבעך אין דעם בארימטן שפיטאל. דער דירעקטער פון שפיטאל קומט ארויס פון זיין עלעגאנטע אפיס, און רופט צו איינע פון די גאר גרויסע דאקטורים "קום אריין אין מיין אפיס". "הער אויס - זאגט ווען ער בעט איהם זיך צו זעצן אויף א באקוועמטן פאטעל, איך ווייס דו ווילסט שוין אהיימגיין עס איז שפעט, אבער היינט האט זיך געמאכט אן אויסנאהם. פון די 3 דאקטורים וואס ארבעטן אין די ICU קען קיין איינער נישט אריינקומען צוליב אנדערע אומפאראויסגעזעהנע סיבות, ווי פארשטענדליך קען אזא אפטיילונג פון שפיטאל נישט פונקציאנירן אן קיין גוטער דאקטער, און מען קען נישט לאזן די קליינע דאקטורים און נוירסעס זיך ספראווען מיט אזעלעכע קאמפליצירטע פעלער. בלייב דא היינט נאכט, האפענטליך וועט זיך נישט מאכן קיין קאמפליקאציעס מיט די פאציענטן, זיי וועלן אלע דורכשלאפן די נאכט רואיג. אבער אויב זעהסטו אז עס ווערט שווער, און עטליכע פאציענטן וועקן זיך אויף אויפאמאל אדער עס מאכן זיך אנדערע קאמפליקאציעס, דא האסטו מיין נומער, קאל מיר א אפילו אימיטן די נאכט, איך וועל דיר זעהן צו שיקן הילף. ארלעדיגט "געדענק – זאגט דער דירעקטער – אז דו דארפסט הילף קאל מיר. די נאכט האט זיך קוים אנגעהויבן, און די צרות האבן אנגעהויבן קומען נאך שנעלער ווי געראכטן... 10:00 האט זיך אויפגעוועקט א שווער קראנקער פאציענט מיט שוידערליכע יסורים... דער דאקטער האט קוים זיך אנגעהויבן זיך מטפל זיין מיט איהם, און פון די צווייטע שטוב הערט זיך יאמערליכע פייפערייען פון מאשינען, עפעס טויג נישט דארט... דער דאקטער לויפט אהין מיט איין אטעם, הערט זיך שוין פון א דריטן שטוב בורטשערייען... און א פערטע און פיפטע... אזוי האט זיך דער דאקטער געזעהן ארומלופן א פארסאפעטער פון בעט צו בעט און פון חולה צו חולה... צו פרובירן צו סטאבילעזירן די מצב, אבער עס איז נאר געווארן ערגער... לויפענדיג אזוי פון שטוב צו שטוב, קוים מיטן אטעם האלב פארחלשט פון איבערגעשטרענגטקייט. הערט ער די נייעס אז איין חולה וואס ער איז נישט אנגעקומען אין די איילעניש צו ראטעווען האט אויסגעהויכט די נשמה... דעם קומענדיגן נאכמיטאג, אהיים קומענדיג פון די ארבעט, שטייט ביים טיר א פאליציאנט... ער ווערט געלאדענט אין קארט... די משפחה פון געשטארבענעם קלאגט איהם אן אויף פארנאכלעסיגן די ארבעט. אויפגעברויזט און צושטורעמט קומט דער דאקטער אריין אין בית המשפט, און דער שופט שלאגט פאר די טענות אויף איהם "פארנאכלעסיגונג וואס האט געפירט צו א טויט פאל". הער שופט – הייבט ער אן צו גיסן זיינע טענות, דו ווייסט אז איך האב יענע נאכט נישט צוגעמאכט קיין אויג! נישט געזיצן אויף קיין בענקל, און אפגערעדט נישט געשלאפן אויף קיין בעט, מיט'ן גאנצע נשמה בין איך ארומגעלאפן העלפן די קראנקע, מיט איין אטעם אן אפשטעל האב איך געארבעט 12 שעה אן א ציה! מיין גאנצע כח און נשמה האב איך אוועקגעגעבן יענעם נאכט, און מיר באשולדיגט מען מיט פארנאכלעסיגונג? פיין פיין – זייער א שיינע זאך – זאגט דער שופט, אבער ווער האט דיר געבעטן??? מען האט דאך דיר אנגעזאגט אנהייב אז אויב דו זעהט אז דו קענסט נישט אליין, רוף הילף! * הקבעת עתים לתורה? נשאת ונתת באמונה? הא? האסטו אויסגענוצט יעדע צייט? האסטו דיר געהיטן די אויגן? דיינע מחשבות? דיין דיבור? הא? רבוש"ע! וועט דער איד שרייען, מיט מיין גאנצע נשמה האב איך זוך געמוטשעט, מיט אלע מיינע כוחות האב איך זוך פרובירט צו שטארקן, אבער וואס קען מען טוהן, גלות אמעריקא איז דיין א קלייניגקייט? אלע נסיונות פון אלע דורות זענען מיר באפאלן אויפאיינמאל! קוים מיט אן אטעם פארסאפעט און פארשוויצט האבעך זיך דערזעהן לויפן פון אייין נסיון צום צווייטען. רבוש"ע צו האסטו שוין אמאל געדארפט דורכשפאצירן א גאס אין מאנהעטן פאר פרנסה? מסירת נפש ממש! טייערער איד – ביסט גערעכט, אבער ווער האט דיר געבעטן??? מען האט דאך דיר אנגעזאגט פון פארדעם, אז דו קענסט נישט, בעט הילף! מען וועט דיר געבן! עפן אויף א תהלים'ל, עפן אויף דיין סידור'ל, און דערנאך רייס אויף דיין הארץ, און שפאלט הימלען, גיס טרערן, שריי צו דיין רחמניות'דיגער טאטע. טאטע העלף! מיט די דאזיגע משל האט הגה"צ ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל מסביר געווען דעם חובת התפילה.
Comentários