!ווען דער תם איז פארן חכם
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 9 min read

ווען דער תם איז פארן חכם!
שטיל. פארכטיג. ליל התקדש חג כחצות הלילה. די שטעטל'ישע גאסן זענען לעהר, קיין מענטש זעהט מען נישט פאר די אויגן. צאנקעדיגע 'מה נשתנה' ליכט שפרינגען הימל'דיג פאר די אויגן ארויסשפראלנדיג פון די אפענע פענסטער, געטליכע געזאנגן פון לויב און דאנק הערן זיך ווי מוזיקאלישע ארקעסטרא, די שטערן פינקלען טרערעלעך, א העכערקייט קען זיך טאפן אין די לופט. אלעס איז שא שטיל, די איינוואוינער פראווען זייערע געהויבענע סדרים יעדער מיט זיין געזונדל און משפחה, זיין אידיש נחת, מיט עטליכע אורחים וואס זיצן שטיל אין די זייט. טאטעס מיט זייערע קינדער, זיידעס מיט זייערע טייערע אייניקלעך און אור אייניקלעך נוצן אויס די הייליגע מינוטן אריינצובראקן נאך א מינוט אמונה, נאך א מינוט סיפור יציאת מצרים, נאך א מינוט פון עסן די הייליגע כזיתים און רייבן די מרור. דער גוף און נשמה פון א איד איז מיט א טפח העכער די ערד. דער איינציגער וואס דרייט זיך יעצט אין די גאס איז אליהו הנביא וואס ווארט אריינצוגיין אין די אידישע שטובער ווי ער ווערט אזוי ווארעם ענטפאנגען ביי שפוך חמתך. ביים זייטיגן געסל שפאצירט א רבי, דער גרויסער הייליגער מנהיג, מיט עטליכע פון זיינע חשובע חסידים, מעריצים, און אויך אפשר דער משמש. שטיל, איינהאלטענדיג דעם אטעם גייען זיי אין די הויפן פון אונטער די הייזער. אט קומען זיי אן צום עק שטעטל נעבן קליינעם וואסער וואס פליסטערט, שטייט דארט א קליין ציבויגן הייזקע, א ברונעם ביי די זייט, עטליכע צובויגענע שויבן, און א פול געפאקטער שטרויענעם דאך. פארזיכטיג גייט דער רבי צו און נאך איהם די חסידים, שטילערהייט שטעלן זיי זיך אונטערן פענסטער, ווען עטליכע פון זיי פרובירן זייער מזל ביים שליסל-לאך פון טיר, אזוי שטייען זיי דארט שעה נאך שעה, נייגן צו אן אויג און אויער, און הערן זיך צי צו וואס עס קומט פאר דארט אינעווייניג אין הויז ביי די פשוטע תמימות'דיגע אייינוואוינער. וואס זוכט א רבי מיט געהויבענע חסידים אויף די גאסן פסח ביינאכט? וואס הערן זיי שוין דארט אונטערן פענסטער? * עס ווערט דערציילט אז הגה"ק מסאטמאר זי"ע און דער גאון און מקובל רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל האבן זיך אמאל געטראפן, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שייינע שמועס בעניני חסידות וקבלה. אינמיטן דעם שמועס האט רבי אשר זעליג געפרעגט דעם סאטמאר רב; היתכן, פסח ביינאכט ווען מען נעמט די קערה צום ליל הסדר, וואס ווי באקאנט איז די סדר הקערה אויסגעשטעלט לויט די עשר ספירות, די סימנים וואס מען לייגט ארויף אויף די קערה פון אויבן די מרור חרוסת כרפס וכדו' זענען קעגן די ערשטע 7 ספירות, און די דריי מצות זענען קעגן די העכסטע דריי, חכמה בינה דעת. קומט אויס, אויב זענען די מצות קעגן די העכסטע דריי – האט רבי אשר זעליג געפרעגט – פארוואס לייגט מען די דריי מצות אונטער די קערה, פארדעקט, און די אנדערע סימנים - וואס זענען נידריגער - העכער זיי, עס וואלט ווען געדארפט זיין פונקט פארקערט, קודם די סימנים פון אונטן, און דאן אויף זיי די הייליגע מצות וואס זענען קעגן די העכסטע דריי וועלטן חכמה בינה און דעת? דער סאטמארער רב האט זיך פארטראכט פאר א רגע, און דאן אויפן פלאץ געענטפערט מיט חכמה: חכמה בינה און דעת מיינט אז די מענטש קומט צו די פארשטאנד און אנערקענט מיט זיין 'חכמה' אז השי"ת איז דער וואס פירט דער וועלט, אז דער אייבערשטער איז דער כל יכול וואס מלא כל הארץ כבודו. "פסח אבער" פירט דער רב אויס "ווארפן אונז אוועק די חכמה, ווארפן אוועק אונזער בינה און דעת, אפילו מען פארשטייט נישט און אפילו מען זעהט נישט, גלייבן מיר באמונה שלימה מיט אמת'ע ריינע תמימות'דיגע אמונה אז השי"ת איז דער גרויסער מנהיג העולם!" יאר נאך יאר קומט זיך צוזאם די משפחה אינאיינעם, די קינדער צום טאטן און די טאטעס צו די זיידעס, ושננתם לבניך, מען לערנט מען חזר'ט און מען באקט אריין אין אונזערע ריינע הערצער יעדעס יאר פון פריש אז השי"ת איז דער בורא ומנהיג לכל הברואים, עשה ועושה ויעשה לכל המעשים. דער טאטע וואס האט איבערגעדרייט א מצרים, פארהארטעוועט א ים סוף, אויפגעשטורעמט א וועלט מיט זיינע ניסים ונפלאות, ער פירט אויך אונזער קליינע פריוואטע וועלטל, אונזער הלוך ילך און סדר היום. יעדע שאקל פון א פינגער איז געדרוקט געווארן דורך א אפערעיטאר דארט אויבן. ווען מיר טרעטן צו מיט א געהויבנקייט צו אזא לעכטיגע יו"ט, דארפן מיר אביסעל אריינטראכטן און פארשטיין, וואס דארף אונז די יו"ט לערנען. אונז זענען אלע אידן ערליכע מאמינים בשם, מאמינים בני מאמינים, מיר גלייבן אז יעדע טריט און שריט, יעדע שטעך און ווייטאג איז אנגעשריבן מיט א פלאן נאך פון אסאך פאר מיר האבן בכלל עקזיסטירט, און מיר גלייבן מיט אן אמת. וויאזוי אבער נעמען מיר אן א אומגעראכטענע בשורה? וואס קומט אונז אויפן געדאנק "ביי דיפאלט" ווען מיר קלאפן זיך אן אין א שטיין, ווען די סדר החיים פארט לייידער אמאל אנדערש ווי מען האט געוואלט און געראכטן, עס קומט אונטער א געוויסע שטרויכלינג אין וועג בגשמיות צי ח"ו ברוחניות, וואס קומט אונז דעמאלט אין געדאנק? עס גרובעלט אין מוח און עס וויל זיך פארשטיין, פארוואס איז דאס געשעהן? ווען די פראגע איז 'פארוואס'? וואס איז דאן די תירוץ. עס איז מיר אויסגעקומען צי רעדן מיט גאר א חשובע עלטערע איד וואס האט ליידער אויסגעטרונקען דעם ביטערן כוס פון די צווייטע וועלט מלחמה, מיטגעמאכט א אוישוויץ א טרעבלינקע א טויט מארש און אלעם בייזן. האב איך איהם געפרעגט; זאג מיר אפן, וואס האט דיר געהאלטן ביים לעבן, וואס האט דיר נישט געלאזט אויפגעבן דיין אידישקייט? ווער האט דיר געגעבן די שטארקייט נישט צוצורירן צי א טריפה שטיקל פלייש אין די שווערסטע מצבים פון פיקוח נפש? האט ער מיר געענטפערט: "זאלסט וויסן, יעדן אינדערפרי נאכן אויפשטיין פארטאגס צום אפעל און צו די ארבעט, ווען מיר זענען געשטאנען ציטערנדיג פאר קעלט, האב איך נאכן זאגן ברכת התורה איבערגעחזרט דעם פסוק חומש אויפן קול "תמים תהי' עם ה' אלוקיך". און דאן די ווערטער פון רש"י הק' "התהלך עמו בתמימות" גיי מיט איהם מיט תמימות "ותצפה לו" ווארט אויף זיין הילף, "ולא תחקור אחר העתידות" פארש נישט דעם עתיד, "אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות" נאר וואס עס פאסירט מיט דיר זיי מקבל בתמימות." "מיט די פסוק האב איך ב"ה אויפגעשטעלט א פרישע דור, אנגעהויבן פון א', און ב"ה געזעהן מיין גרעסטע נקמה אין די פארשאלטענע דייטשן, א דור ישרים ומבורך." ווערטער וואס שניידן. פאדערן און מאנען. עס איז באוואוסט די ווערטער פונעם הייליגן יעב"ץ ביי גירוש שפאניע ווי ער שרייבט; אז דוקא די ערליכע תמימות'דיגע אידן און פרויען וואס האבן נישט געפרעגט ח"ו קיין קשיות, און אויב האט זיי יא עפעס געעגבערט האבן זיי מקבל דעם גזר דין מיט א תמימות גלייבנדיג און וואוסענדיג אז דער אייבערשטער ווייסט אסאך בעסער פון אונז קליינע מענטשלעך וואס עס איז באמת פאר אונזער טובה און וואס נישט, דוקא די זענען געבליבן ביי די ריינע ערליכע אמונה און זיך געהאלטן טריי צו אידישקייט. ווידעראום די אידן וואס האבן געוואלט "פארשטיין", די 'קלוגערע' וואס האבן פרובירט צי פארשטיין, איינצוזעהן מציאת השם, איז ווען זייערע שכל'דיגע סברות זענען צופאלן און השי"ת האט אויסגעלאשן די לעקטער פאר אביסעל, אפילו זיי זענען געווען צדיקים און ערליכע אידן עובדי השם זענען זיי ליידער פארפאלן געווארן. יעצט פארשטייען מיר שוין גוט וואס האבן אונזערע הייליגע רבי'ס געזוכט און געזעהן פאר וויכטיג ארויסצוגיין קלעטערן אין די גאסן פסח ביינאכט זיך צוצוהערן אין די פשוטע עבודות פון די תמימות'דיגע ערליכע אידן וויאזוי זיי רעכטן אפ דעם סדר. דוקא זייער פשטות, זייער ריינקייט, אמונה פשוטה'דיגע הגדה זאגן שפאלט הימלען און ברענגט הויפענעס נחת רוח פארן אייבערשטן. אזוי וויל איך מיינע קינדער זאלן מיר דינען. דאס איז וואס מיר נעמען מיט פונעם ליל הסדר. תמים תהי' עם השם אלוקיך. כוויל נישט וויסן פארוואס, כוויל נישט וויסן פארוואס פונקט ביי מיר, פארוואס פונקט יעצט, איך גלייב נאר אין איין איינציגן הייליגן באשעפער, אז מיר פארשטייען נישט זיינע דרכים און ווילן עס נישט פארשטיין. מיר זענען בלינדע תמימות'דיגע שעפעלעך וואס ווייסן אז זייער געטרייע פאסטוך וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. ער זוכט פאר זיי עסן און היט זיי פון אלעם בייזן. פסח ביים סדר ווען מען עפנט די הגדה צי דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים ווי השי"ת האט אונז מיט זיין גרויסע האנט ארויסגעצויגן מיט זיינע וואונדערליכע חסדים, מען איז מאריך בסיפור יצי"מ כדי זיך צי חזרן די "יסודות" אין אמונה, דארפן מיר דאס אריינעמען גוט גוט אין קאפ איינמאל און נאכאמאל, די מצות פון אונטן און די מרור און חרוסת פון העכער דעם. כ'דארף נישט קיין חכמה, קיין בינה און קיין דעת. "איך בין א תם". אין די פיר וואכן פאר פסח ליינט מען די ד' פרשיות, איינער פון די פיר שבתים איז שבת פרה, מיר ליינען די פרשה וואו דער רבוש"ע באפעהלט צי פארברענען א פרה אדומה צי מטהר זיין אידישע קינדער. וואס זוכט די מצוה פון פרה אדומה צי געליינט ווערן פאר פסח? ווען מען עפנט די פרשה פון פרה אדומה הייבט זיך אן די פסוק 'זאת חוקת התורה' די מצוה פון פרה אדומה איז א חק, א פארהוילענע פארבארגענע מצוה וואס הקב"ה האט אונז נישט מגלה געווען דעם טעם. דער אייבערשטער האט געזאגט 'גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה', האסט נישט קיין רשות נאכצוטראכטן נאך דעם. קומט שלמה המלך דער חכם מכל אדם - נישט איינשטיין נישט אריסטו – נאר די סאמע קלוגסטע מענטש אויף די וועלט און זאגט "אמרתי אחכמה" איך האב געמיינט איך וועל מיט מיין קלוגשאפט פארשטיין "והיא רחוקה ממנו" עס איז ווייטער און טיפער פון מיין פארשטאנד, דאס איז די פרה אדומה. איי שטעלט זיך די שאלה; יעדע חדר אינגל ווייסט אז עס איז יא דא א טעם צו די מצה פון פרה אדומה? די פרה קומט צי מכפר זיין אויף די חטא העגל וואס אידישע קינדער האבן געזונדיגט אין מדבר מיט א קעלבל, און צוליב דעם דארף מען נעמען די מאמע וואס זאל פארצייען אויף די זינד פונעם קינד. נו וואס הייסט עס איז נישטא קיין טעם? ווייל אפילו מען רעדט זיך איין ס'דא א טעם, און אפילו מען איז קלוג צי פארשטיין דעם טעם, אין לך רשות להרהר אחריה, ביסט נישט בארעכטיגט צי דינען דעם אייבערשטן ווייל דו 'פארשטייסט'. צום אייבערשטן זיי א תם! און דאס איז די גרעסטע און בעסטע הכנה צום גרויסן יו"ט – איז מסביר דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע - פסח די יסוד היסודות פון אמונה בשם, זיי א תם, טראכט נישט, פרעג נישט, פארשטיי נישט. ביים באשעפער קענסטו נישט בלאנדזשען. * עס איז אויסגעקומען אמאל פאר איינע פון די גרויסע פריערדיגע ראשי ישיבות אז ער האט געדארפט נעמען דעם באן צוצופארן צי א געוויסע שטאט. ער פאקט זיך צוזאם זיינע חפיצים, עטליכע ספרים אריינצוקוקן אויפן לאנגן וועג, און לאזט זיך ארויס צום שטאציאן. אזוי פארנדיג אויפן באן נאך עטליכע סטאנציעס קומט ארויף א איד מיט א הדרת פנים, א ווייסע בארד, אויסגעקוקט האט ער ווי א חשובע איד א בר הכי. נו, וואס טוען צוויי אידן ווען מען טרעפט זיך אויפן באן? האט זיך פארוויקעלט א הערליכע שמועס צווישן דעם ראש ישיבה און דעם איד. דער איד פארצייילט פארן ראש ישיבה אז ער איז א שוחט און א מוהל אין א געוויסע שטאט, און אזוי האט זיך די שמועס פארצויגן א לענגערע צייט ווען זיי זענען פארזינקען אין א טיפע געשמאקע פארברענג. ווען פלוצלינג כאפן זיי זיך אויף, אויוויי, די באן איז שוין לאנג אדוכגעפארן די סטאנציע ווי זיי האבן געדארפט אראפגיין. וואס טוט מען דא? דער מוהל ווערט אינגאנצן פארלוירן, וואס וועט דא זיין? עס איז פרייטאג נאכמיטאג קרוב צו חצות, וואו וועלן מיר זיין פאר שבת? וואס וועלן מיר טוהן. וואו וועט מען עסן? אבער דער ראש ישיבה בלייבט רואיג, הער אויס – רופט ער זיך אן: עס שטייט ביי די מעשה ווען אברהם אבינו האט אוועקגעשיקט הגר – נאך וואס ישמאעל האט זיך אויפגעפירט נישט ערליך – אז הגר איז ארויס אין מדבר "וַתֵּלֶךְ וַתֵּתַע" זי האט געבלאנדזשעט, זאגט רש"י הק' "זי איז צוריקגעגאנגען (דינען) צו אירע עבודה זרות". שטעלט זיך די פראגע, וואס איז שלעכט צי זאגן גראד, זי האט פארבלאנדזשעט אין מדבר? פון וואו לערנט רש"י ארויס אז פארבלאנדזשעט מיינט אז זי איז געגאנגן דינען עבו"ז. נאר וואס דען – פירט דער ראש ישיבה אויס: ווייל איינער וואס "בלאנדזשעט" איז א סימן אז ער דינט עבודה זרה. ווייל א איד בלאנדזשעט נישט! איינער וואס גלייבט אין באשעפער ווייסט און גלייבט אז יעדע טריט איז איהם באשערט! יעדע דרוק פון זיין שיך איז אנגעשריבן מיט א פלאן אויף די אינטשעס און סענטימעטער!" אזוי האט זיך די באן אפגעשטעלט ביי א קליין דארף, און די צוויי האבן אויפגעזוכט דעם ערשטן הויז מיט א מזוזה, ווי זיי טרעפן נישט מער און נישט ווייניגער א איד מיט א נייע געבוירן קינד אין די האנט זיצט און וויינט בכיות נוראות, "רבוש"ע עס איז היינט די אכטע טאג פון דעם קידנ'ס געבורט און עס איז נישטא קיין מוהל צי געפונען אין גאנצן געגנט". ערשטוינט און איבערגענומען פון די אויסטערלישע השגחה פרטיות האט דער חשובער מוהל ארויסגענומען זיינע כלים, צוגעגרייט דעם בעטל און אפגעראכטן דעם ברית איבערגעפולט פון התרגשות. איינחזר'נדיג און אונטערזינגענדיג "א איד בלאנדזשעט נישט". "א איד בלאנדזשעט נישט". און דאס דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר די אויגן, אין וועלעכע מצב א איד איז נישט, אין וועלעכע קלעם א איד איז נישט פארכאפט, א איד בלאדנזשעט נישט! מען גרייט זיך מיט די הכנות צום יו"ט פסח און מען טראכט נאר א רגע אריין, מען געפונט זיך אין אזא טונקעלע חשכותדיגע וועלט אן קיין טראפ חיות, קיין טראפ ווילן צו שטייגן, די גשמיות ברענט און בליטשקעט פון יעדע זייט, און א איד טראכט צו זיך, וואס טוה איך דא? וואו האט מיר דער באשעפער אריינגעשטעלט דא? אין וואספארא וועלט דארף איך מיר דראפען אויף גראדע ווענט? אבער א איד בלאזדשעט נישט! מאכט זיך מען טרעפט זיך ל"ע אין א צומישעניש פון גרינע שפיטאל ווענט און שארפע כעמיקאלן און מעדיצינען, הויכעשטופערישע דאקטורים מיט זייערע קאלטע שווארצע אומגעבעטענע נביאות'ער, און דער מענטש שפירט זיך, פארלוירן, עס קלעמט דאס געמיט און דאס געוויסן. אבער א איד בלאנדזשעט נישט. מען כאפט א בליק אויפן באנק סטעיטמענט און עס איז ליידיג, מען זעהט דעם מיינוס סימבאל פון אונטן. א דעפיציט. באשעפער וואס טוט מען דא? אבער א איד בלאנדזשעט נישט. מען מוטשעט זיך ח"ו מיט א קינד, עס קאסט אוצרות מיט געלט, כח און מוח, און וואס נישט. מען פארט ווייטע שטרעקעס צו די בעסטע מומחים, ער טאפט א וואנט. עס קוקט אויס ווי די וועג האט נישט קיין ענד. אבער א איד בלאנדזשעט נישט. אין יעדן שטילן מדבר און וויסטעניש ווי א אידיש קינד קען ליידער פארלוירן ווערן, צרות מעיקות עליו, עס שטעכט ציפט און רייסט בבשר החי, עס פעהלט ליידער נישט קיין אידישע צרות זה בכה וזה בכה. אין יעדן פלאץ אדער מצב ווי א איד געפונט זיך; חזר'ן און איינבראקען אין זיך און אין די ארומיגע: א איד בלאנדזשעט נישט. השי"ת כאפט אונז אן ביי די האנט, צי מען זעהט עס יא, צי נישט. ער שטייט נעבן אונז און פירט אונז טריט ביי טריט, שריט ביי שריט, נסיון נאך נסיון, בערג און טאל, אין זומפן און טרוקעניש, ער פירט אונז אויפן "גוטן וועג". און אויב ח"ו מיר פארשטייען נישט זיינע וועגן גלייבן מיר מיטן פולסטן מאס תמימות, "איך בין א נער און איך גלייב" האט דער בעש"ט געזאגט. ווייל א איד בלאנדזשעט נישט!
Comments