top of page

?די טיר איז אפן, וואס איז יעצט

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 7 min read

די טיר איז אפן, וואס איז יעצט?

"קומט אלע צום טיי אווענט דער בעל שמחה זאל ח"ו נישט דארפן גיין קלאפן אויף די טירן". "לייגט אוועק געלט איר זאלט חלילה נישט דארפן קלאפן אויף די טירן". "מען דארף שפארן הוצאות החתונה נישט צו דארפן חלילה קלאפן אויף די טירן". "עניי ארץ ישראל וואס דארפן ליידער ארומגיין קלאפן ביי די טירן". "העלפט ארויס דעם צובראכענעם איד וואס דארף ליידער ארומגיין קלאפן אויף די טירן". "קלאפן אויף די טירן" די ווארט וואס באטיטעלט די נידריגסטע מצב פון הילפסלאזיגקייט און דלות. די ווארט וואס יעדער וויל און זאל פארמיידן. די בזיונות, גייסטישע אויסשעפונג און פיזישע אפשוואכונג וואס דאס איז גורם איז אין לשער. * געווען איז א באקאנטע כאפטע געריבענע גנבים, א חבורה'לע פון עטליכע יונגען וואס האבן זיך ספעציעליזירט אינעם פאך פון ליידיג מאכן הייזער און ניטאמאל בעטן באצאלט... די איינוואוינער אין שטאט האבן שטענדיג געלעבט אין פחד, אלעמאל מיט פארשלאסענע ריגלען און פארהאקטע שויבן, אבער ווי נישט ווי איז כמעט יעדע נאכט פארגעקומען א באזוך אין איינע פון די הייזער, און אזוי האט זיך די גנבים באנדע געבויעט גרעסער און גרעסער און מיט יעדן פארבייגייענדע טאג איז די קאסע געווארן פולער און טייערער. ויהי היום, די גנבים זעצן זיך צוזאם אויף א דרינגעדיגע אסיפה אונטער איינער פון די בריייט באוואקסענע ביימער אין וואלד. דער ראש החבורה דער מייסטער גנב האט אויפגעברענגט זיין זארג, נעמליך, די ארבעט פארברייטערט זיך, די בינעס איז מצליח, די נכסים פארמערן זיך, און די סוקסעס פון אונזער גרופע גאלאפירט פאראויס, מיר מוזן דרינגד זוכן אויפצונעמען נאך מיטגלידער און זיי אויסלערנען דעם פאך. איינער פון די חברה שטעלן זיך אויף און שלאגט פאר א קאנדידאטור. איינער פון זיינע שכנים א פויער שוין דורי דורות, א ברייט ביינערדיגן יונגאטש וואס וואלט לויט זיין אפשאצונג געדינט זייער פאסיג פאר די אויסערארנדטליכן פאסטן. אומר ועושה מען לאזט רופן דעם בחור'ל, און יא, ער איז וויליג און גרייט אנצוהייבן מיט די נייע פרנסה. ער איז גרייט זיך צי גיין 'איינברעכן אין הייזער'. ער באקומט א מעמבער קארטל, און איינע פון די אלט געזעסנע גנבים נעמען איהם אין א זייט און וואלד און גיבט איהם איבער א שיעור אין הלכות גניבה. וויאזוי מען טרעפט א גוטן הויז, וויאזוי מען זעהט אז קיינער איז טאקע נישט יעצט אינדערהיים, וויאזוי מען ברעכט טירן, פענסטער, שלעסער, סעיפס, און פארשטייט זיך וויאזוי מען זעהט זיך ארויס פון דארט. און געוואלדיג, דער נייער בחורל איז פולשטענדיג גרייט פאר זיין ארבעט. עס איז שטאק פינסטער, טיף אינמיטן די נאכט, די לבנה איז טיף פארשלאפן אין א וואלקן-כמורע פון טונקלקייט. אונזער נייער גנב'ל שלייכט זיך ארויס שטילערהייט פון הויז, ער איז היינט נאכט אויף א מיסיע, ער מוז ווייזן זיין אויפזעהער אז ער איז טאקע א געשולטער גנב. עס איז סוף נאכט, און אין וואלד הערט זיך פרייליכע טאנצענדיגע טריט, הארטע צווייגעלעך ברעכן זיך אונטער די שווערע שפרינגענדיגע שטיוול, און פון דערווייטענס זעהט מען שוין דעם נייעם מיטגליד אויפגעהייטערט מונטער און פריש, מיט א שמייכל פון נצחון אויפן פנים. יאפס, רופט ער אויס מיט עקסטאז פאר די גאנצע געזעמל, עס איז געלונגען, איך האב זיך איינגעבראכן ביי יעקל דער ריזיגער עושר פון שטאט! נישט פשוט, ביזן שלאף צימער האב איך מיר אריינדערווישט. פשי ביסטו גוט, שוין דעם ערשטן טאג. וואו זענען די סחורה? וואס? וואו זענען די געראבעוועטע סחורה? עס באשטייט דאך מסתמה פון אוצרות פון גאלד און דיאמאנט. ווווואס הייסט? איך איך האבבבב עפפעס געדארפט ארויסנעמען פון דארט?... * אונז האבן זיך אלע אינדענטיפיצירט היינט צופרי מיט יענע סעקטע פון די וואס "גייען קלאפן אויף די טירן" "כדלים וכרשים דפקנו דלתיך", און ווען מיר האבן עס געזאגט האבן מיר עס אמת'דיג געמיינט. קיינער פאפט זיך נישט, נער'ט זיך נישט. מיר אלע ווען עס קומט ערב ראש השנה שפירן מיר כלפי דעם אייבערשטן די הרגשה פון דלים ורשים אין פולן זין פון ווארט. מיט גארנישט. און גארנישט מיינט גארנישט. מיט אן אראפגעלאזטן קאפ, איינגעבויגענעם רוקן אן א טראפ זעלבסטזיכערקייט טרעטן מיר צו ממליך צי זיין דעם אייבערשטן. די בושה איז אומבאשרייבליך, מען ווארט און האפט אויפן בעסטן און קומען קומט מיט ליידיגע זעק. עס איז נישטא קיין בעסערע טיטל וואס אונז קענען זיך אליינס גיבן און זיך אפסטעמפלען ווי דאס. מיר גייען ארום קלאפן אויף די טירן פונעם הימעל רעכטס לינקס, אין די זייטן פון בנין און אונטן ביי די פארזשאווערטע טירן כביכול, ביי די פארטשעס און פייערעסקעיפס, מען זוכט א פתח וואס דער שומר וועט אולי יא וויליג זיין צי עפענען פאר אונז און כאטש נאר זיך קענען לאזן הערן די שטומע, די יאמערליכע שטילע דערשטיקטע געשריי - וואס קוים קוים וואס אונז אליין הער עס, אבער עס - איז קאי וקיים אין יעדע אידישע זעהל. מיר ווילן שפירן אז כאטש זענען מיר אינעווייניג ביים גרויסן טאטן אין שטוב. אמווייניגסטנס האט אונז איינער געפנט, אויסגעהערט און נישט פארקנאקט און אוועקגעשיקט מיט ליידיגע הענט. מיר בעטן און ווייינען און רייסן הימלען, עפנטס מיר אויף א טיר! איך וויל אריין, איך וויל מיינע תפילות זאלן אריין, מיר קלאפן אויפן טיר ווי דער ארימאן מיט בושות און חרפות. מיר נעמען אן אלע מיטלען און תחבולות עצות און סגולות, מען איז מתיר נדר, מען קויפט א מעסערל, האניג, סימנים, מען וואונטשט זיך איינער דעם צווייטן, אלעס און די וועלט אז מען זאל דארט אויבן אונז עפענען דעם טיר. מיר זאלן זיך אריינבאקומען דארט ביים עושר אין די דירה'לע. איי וואס דארט ליגט אלס.. מען קראצט אפיר דעם קדושת לוי און ישמח משה מען זוכט און נישטערט אויף א מליץ יושר, א ערליכע איד וואס זאל קענען זאגן אויף אונז א גוט ווארט. דארף מען אבער זיין גרייט אז די טיר וועט זיך עפענען... דער רבוש"ע איז א רחום וחנון. הרוצה בתשובת רשעים. ער ווארטט אויף אונזער קלאפ, אויף אונזער רוף, אויף אונזער קלענעסטע קרעכץ. ער וועט אי"ה עפענען פאר אונז דעם טיר, מיר זענען בטוח אז מען וועט אונז צושרייבן א גוט געבענטש יאר, א זיס יאר, א לעכטיג יאר, א יאר פון השפעות און נאנטקייט צום הייליגן לעכטיגן זיסן באשעפער. אבער אז מיר גייען זיין אינעווייניג, מען גייט אונז עפענען דעם טיר, דארפן מיר זיך צוגרייטן ארויסצונעמען פון דארט און מסדר זיין וואס אונז ווילן. מיר זאלן ח"ו נישט ארויסקומען פון די הייליגע טעג מיט ליידיגע הענט. נאר ליבערשט אהיימברענגען זעק און פעק, בערג פון השפעות בגשמיות און איבער אלעם ברוחניות. אונז האבן שוין פאריאר אויך געשריגן מיר גייען זיין וואויל, באשעפער איך גיי זיין ערליך, איך גיי מער מקפיד זיין על דא ועל הא, איך וויל זיך צופלייסן אין די געוויסע ענין, איך גיי מער ארבעטן אויף דעם און דעם. און והנה... מיר זענען ווידער דא. און, השי"ת עקסעפט אונז טאקע נאכאמאל, ווייל ימינו פשוטה לקבל שבים. אבער עטליסעט מוז מען האבן א שטיקל מהלך מיט וואס זיך צי עפענען דאס מאל. וויאזוי גייען מיר היי יאר פרובירן אויף א וועג וואס מיר האבן נישט געטוהן פאריאר? וואו זענען מיר דורגעפאלן וואו מיר ווילן דאס יאר יא דורכמאכן? און וויאזוי? וויפל מאל אין יאר כאפט אן א הרהור תשובה, און מען טראכט הלואי, הלואי האב איך יעצט די שטארקייט זיך מתגבר צי זיין, פארבעסערן, הלואי ווען איך שפיר אז מען גיבט מיר יעצט א עקסטערע סייעתא דשמיא און הימלישע כוח דערצו. יעצט איז די צייט. א צייט וואס גלי שבים פתוחים כונים. די טירן גייען זיך עפענען, מיר אלע גייען אריינגיין צו אונזער באליבטע טאטע. דארף מען זיך מאכן א שטיקעלע פלאן אויף להבא וואס פארלאנגען מיר פון השי"ת? מיט וואס גייען מיר פרובירן עפעס זאכליך צו אפפערן פאר עבודת השם וואס דאס זאל ברענגען צו מעורר זיין די אומבאשרייבליכע רחמנות וואס די אייבערשטער האט צו אונז? וואס? כווייס אויך נישט. הלואי ווען איך ווייס. דער הייליגע רבי רבי שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע זאגט אויף דעם פסוק שובה ישראל עד ה' אלוקיך, "שובה ישראל" טוה תשובה, איי וועסטו פרעגן וויאזוי? וויאזוי ווערט מען 'א ערליכע איד'? די תירוץ איז "עד". ביז דארט! מאך דיר א קליינע הגדרה, א קליינע ציהל, ביז דארט! דאס וויל איך אויספירן, דאס וויל איך דורכברעכן, נישט אינגאנצן אפילו, נאר ביז דארט. וועסטו שוין צוקומען צום "ה' אלוקיך". אז מען וויל איינעמען וועלטן נעמט מען איין א מפלה – לויטעט די שפריך ווערטל. א פיצעלע שפאלט אינעם טיר, א פתח כחודו של מחט. א קליינע קבלה טובה. דאס איז די שטערקסטע און פארזיכערסטע שריט אין א קבלה אויף למעשה. עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו רעדן מיט א באקאנטע עושר א איד מיט א ווארעם הארץ און איבערגעפולטע טאש, וואס טיילט גאר אסאך צדקה, און צענדליגע נצרכים קלאפן אויף זיין טיר דורכאויס די יאר. האב איך איהם אינצווישן געפרעגט, דו הערסט דאך אלע סארט שמועות און צרות וואס אידן גייען נעבעך דורך, געענגטע געלט סיטואציעס וואס מען רעדט זיך אויס פאר דיר, וכדומ', וועלעכע מצב כאפט דיר די מערסטע און דו שפירסט ממש א דראנג יענעם צי העלפן באופן יוצא מן הכלל? האט ער מיר געענטפערט: ווען א איד קומט אריין צו מיר אז ער האט א שטוב מיט 15 קינדער און דארף חתונה מאכן די ניינטע און האלט נאך פארן ענדיגן די חובות פון די ערשטע... איך באקום רחמנות, איך גיב איהם א שיינע נתינה, אבער ותו לא. עס שטופט מיר נישט ארויסצוגיין מגדרי. אבער ווען עס קומט צו מיר אריין א איד און זאגט מיר הער, איך האב סכה"כ צוויי קינדער, אבער איך ארבעט פון צופרי ביז ביינאכט סיי וואספארא דזשאב מען טראגט מיר נאר אן, איך בין שוין געווען א טראק דרייווער ביז א מגי"ש און א אינשורענס אגענט... אבער איך האב נישט קיין געלט, איך מוטשע מיר צי באצאלן בילס און מיינע טאג טעגליכע געברויכן. אזא מצב רעדט צי מיין הארץ און נעמט מיר איבער ממש ביז צום זיבעטן ריפ און איך פרוביר איהם צו ארויסהעלפן בכל מה שבידי. פארוואס? ווייל איך ווייס עכ"פ אז ער פרובירט". מען קען נישט אין איין טאג ענדיגן ש"ס. נישט ווערן א ירא שמים. נישט ווערן א ערליכע איד. אבער בעל תשובה קען מען ווערן. מיר גייען סעטן א גאול, נישט קיין חילוק וואס, אפילו א קלייניגקייט, א גדר, א תקנה, א מתנה, אן הקרבה פאר השי"ת. וועלן מיר מיט דעם קענען זאגן פאר השי"ת "איך פרוביר, יעצט העלף מיר". דער טאטע צי וועם עס באלאנגט אלעס, ער האט אלעס, קען אלעס, און וויל אונז גיבן אלעס. ער וויל אונז העלפן שטייגן, ער וויל חלילה נישט אז מיר זאלן פאלן, ער ווארט אויף אונזער עבודה און תשובה. ער קוט ארויס אויף יעדע איינציגע אידל, ווי ער איז נאר, וויאזוי ער איז נאר, ווי קליין און נישטיג ער איז נאר, און ווי געפאלן ער שפירט נאר נישט ביי זיך. אויף יעדעם וויינט השי"ת און קלאגט מיט ביטערע יללות שובו בנים שובבים, איך ווארט ענק דא. קומטס נאר. לאמיר אלע גיין! איין טריט! פאר יעדעם לויט זיין מדריגה! מיר זאלן זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה פרטית וכללית. א שנת אורה. שנת ברכה. א שנה טובה ומתוקה אינעם פולן זין פון ווארט "זיס". מיר זאלן א טראפעלע זוכה זיין צו שפירן קירבת אלוקים.


תגובות


©Endetzadick

bottom of page