top of page

!ארוכה וקצרה - לאו דוקא א צרה

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

ארוכה וקצרה - לאו דוקא א צרה!

אנגעקומען ארומגענומען מצריים קומען מדבר שטומען חיות ברומען שלענג פארנומען הערצער צונומען קוים ארויס ארעם בלויז געווארן לויז יעצט אויס א צוזאמשטויס דער ים גרויס פארלוירן דורכאויס וואסער שטייט טיף און ווייט כוואליעס ברייט געמאכט גרייט דארט מען גייט פאר פיש באדייט א מאלצייט אומגעהויערן קעלט, פארפרוירן געפיהל פארלוירן פארמאכטע מויערן אנגעוואוירן אנהייבן טרויערן שריט באדויערן דער ים פארשיטן געשפאלטן אינמיטן דורכגעשניטן פעסטע טריטן מצב געביטן קאפויער צום גוטן גארנישט געליטן * רייטער, פערד שפיזן, שווערד מיליטער פארמערט פרעה קלערט מלחמה דערקלערט פעקלעך פארשווערט צירונגען ווערד הייבן געמוטער טראכטן כיטער הערן טוט ער די מצב ביטער פחד, ציטער מפלה גוטער די אידן שיטער זיין אויסוואהל בעסער דערווייל אויב נארמאל יעדע דעטאל א דורכפאל די אידן באפאל שלאגן ברוטאל נאך מער געטראפן די וואסער אפן אריינגעלאפן גוטע האפן מזל באטראפן די אידן אנטלאפן פלוצלינג פארשלאסן די וואסער צוגאסן וועגענער צושאסן הצלחה געשלאסן מפלה, פארדראסן טויט גענאסן צום ברעג אויסגעגאסן * אויב געמיינט טרערן וויינט פארלוירן היינט צרות, פיינט דורכפאל מיינט קען באשטיין בעסער גיין מער פארשטיין מער חן די לעבן מיין בעסער זיין טראכט אבער אריין... די אויגן דיין זעהט נאר איין שטיקל קליין פון אלגעמיין גאנצע פאראיין וואס טוט פאָרגיין געדאנקן קלארע אפילו בהסתרה קומען להכרה גרייכן די מטרה ארוכה וקצרה לאו דוקא א צרה עס טוט באנג עס נעמט לאנג א דורכגאנג אין אנפאנג איין טאג נישט לאנג פרייליכע געזאנג * ובכן לך תעלה צוזאמען אלע ברננה נעלה דודי לקראת כלה קיין ירושלים של מעלה אמר לי זו קצרה וארוכה וזו ארוכה וקצרה (עירובין דף נג:)


Comments


©Endetzadick

bottom of page