top of page

!ארגינעלע שניי

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

ארגינעלע שניי!

שניי ארגינעל אטעם פארכאפנד אייגנארטיג געשטעל זיידן טאפנד דיאמאנטענע גלאנץ פוכענע פעדער א ברעקעלעך טאנץ אויף ווייסע לעדער מיילן ווייט וואלקען קוועלער אין געפרוירענע פארמאט אטעם אפשטעלער בלאשקעס שימערירן ווארפן די זייטן פאנטאזיעס, קאלירן רואיגקייט שפרייטן חושים לויז דער מוח גראד שניי בלויז אפעקטירט מוט אבער אויב אומ-געבעטן מיט שיך שטויב מענטשן טרעטן רעדער אומריין טראפיק אינוואדירער סינטעטישע חן אטמאספערע מאדיפיצירער אזוי די נשמה אזוי די וועלט אויב ארגינעל וואס פעלט? קונסטליך גאר מייסטער געשטעלט גאטס נאטור א וואונדער וועלט נשמה, הארץ בלייבן ווי ניי געהיטן פון שווארץ ארגינעלע שניי...!


Comments


©Endetzadick

bottom of page