...אן עול״ם התיקון
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 4 min read

אן עול״ם התיקון...
מיד, אויסגעמוטשעט. פיזיש אוון גייסטיש, מוטלאז און מאכטלאז, אויסגעהונגערט ממש אן א כוחות... אזוי זעץ איך מיר אראפ ביים קאמפיוטער נאך א טאג ארבעט. אויש איז דאס געווען א טאג... ווי הייב איך אן? די ארבעטער'ס, די באס, די קליענטן, די וועטער, אלעס האט ווי געמאכט א יד אחת אנטקעגן מיר. אלעס איז שא שטיל, יעדער איז זיך שוין צולאפן לגפנו וזיתתו, די רוישיגע פארביגע גאסן ווערן שיטערער, די שקיעה שטראלן האלטן שוין ביים אונטערגעבן זיך פאר'ן טונקעלן נאכט וואס האלט אט אט ביים איבערנעמען די מלוכה... אזוי זיצענדיג פרובירענדיג צוזאמצונעמען די מחשבות פונעם טאג און טראכטן אויף עתיד, שפיר איך א שוואכקייט אין אלע ביינער, אן אומערווארטעטע פארטעמקייט הייבט אן פליסן אין די אדערן, און עס גייט מיר ארויף אין קאפ.. ווי א שווערע מאסע הייבט עס אן קוועטשן, די שטערן הייבט אן צוזאמציען די קנייטשן, און די אויגן לעפלעך פאלן ארונטער מער און מער, די מחשבות הייבן אן שוועבן, העכער העכער... די אטמאספערע און פאנאראמע פון ארום ווערט מער אן מער פארנעפלט... מיין קאפ פאלט, פאלט, פאלט, און די מארדע רירט אן דעם דעסק... וואווווו... איך זעה א וועלט, עפעס גאר אן אנדערע וועלט, אזוי אינטערסאנט. אלעס קוקט דא אויס אזוי אנדערש. גיב א קוק! די גאסן זענען ליידיגער, היפש שיטער, מענטשן שפאצירן דא אזוי געמיטלעך, רואיג, זיך אונטערזינגענדיג א פריילאך ניגונד'ל... אזא היימישע רואיגע אטמאספער. די וועטער איז אנגענעהם, און די הימלען שפילן מיט, זויבערע ציכטיגע גאסן, אן קיין מראה אסורה פאר די אויגן, אלעס היימישע פרלייכע פנים'ער. א רואיגע פאנאראמע... דארט ביים ווינקל זעה איך אפאר אידן - באדעקט מיט א שלייער צו שאהל – שמועסן אזוי געמיטלעך אין א רינג, איינער הערט זיך אפילו העכער מיט זיין שטומע, זעהט אויס ווי ער איז זיכער מיט זיינע מיינונגען.. וואווו איך האב נאך אזוינס נישט געזעהן! די אטמאספער איז אזוי געלאסן... קאוזי.. איך קום אן צום בית מדרש אויפן ווינקל. איך דריי אויף די קלאמקעס, און עס אנטפלעקט זיך א בילד.. עפעס וואס איך האב נאר געזעהן אין א חלום, צו דארט אויך נישט... א דערהאבענע מחזה, צוויי יונגעלייטלעך שטייען דארט ביים קאווע שטובל, מיט הייסע קאוועס אין די הענט און טענה'ען זיך.. דער ברענגט א סברה, און דער חבר א גמרא.. מיט אזא מתיקות, די טישן שיין באדעקט, פול מיט ספרים און ביכער, די הויעכע פאליצעס אלעס מסודר אויפן פאלץ, אהה וואספארא גן עדן התחתון... וואספארא וועלט זעה איך דא? עס קוקט אויס ווי זיי לעבן דא אלע אן א דאגות... אינגאנצן באנומען, מיט רוישיגע געפילן און קענטליכע וואונדער, שפאציר איך אריין אין קאווע שטיבל, הערליך צוזאמגענומען, מסודר און ריין, אלעס גלאנצט און שפיגעלט, יא, מען זעהט אז עס ווערט גוט קעיר גענומען. דארט ביים עק זיצן 4 פרישע יונגעלייטלעך, איין ווייס-גרויע-בערדל-איד שטעלט זיך אויך צו מיט אזא געשמאק, און שמועסן אזוי העפטיג, מען פאליטיזירט, דעבאטירט, און מען טענה'ט, דער האלט אזוי און דער האלט אזוי, און אינטערסאנט... קיינער שרייט נישט קיינער באפאלט נישט, אלעס געלאסן, רואיג און שטיל. אזוי אינטערסאנט. "און אזא וועלט לוינט זיך צו לעבן – טראכט איך ביי מיר - ממש ווי אין עולם התיקון!" א אינטערסאנטע וועלט דאס! אנדרויסן פון בית המדרש ליגן די סקעפאלדס... אנגעהאנגען מיט אלע סארט פלאקאטן, אבער מאדנע, אלע נומערן זענען פארנומען. דער זוכט הילף, דער זוכט א חברותה, איינער מיט א שווערע קשיא, א דריטער זוכט איינער זאל איהם עפעס פאררעכטן. מאנכע זוכן הדרכה ויעוץ, און אנדערע זוכן א טובה על דא ועל הא. אין די זייט זעה איך א איד ליגן אונטערגעלייגט אונטער א קאר, פרובירנדיג צו פאררעכטן א פראבלעם. אבער ניין ער האט נישט אן קיין 'חברים דזשעקעט' נישט קיין לעקטערס אויפן דאך. אזוי שעמעדיגערהייט גיי איך צוה צו דעם אידל – נאכן פאררעכטן די קאר – זאג, דו האסט באקומען באצאלט דערפאר? ביסט א טעכנישן פון פאך אויס? ניין זאגט ער. "אבער פארוואס דען נישט? א טובה פאר א איד...! און ער גייט זוך ווייטער... כאילו ער האט נישט געארבעט יעצט א האלבע שעה. ניטאמאל פאר א שכח אדער קאמפלימענט האט ער געווארט. אזא חסד! ממש נישט צום גלייבן. דא בין איך ממש ארויס פון די כלים, אין וואספארא וועלט געפין איך זוך? א וועלט פון חסד, גליק, צופרידנהייט, שלום, רואיגקייט, געמיינזאמקייט, א וועלט פון חסד. או הא, איז שוין משיח געקומען...? עפעס אזא סארט מענטאליטעט, אין מיין לעבן האבעך נאך אזוינס נישט געזעהן! איך שפאציר אראפ ווייטער די גאס, איינגעהילט אין פאנטאזיע, רושענדע מחשבות, איבערגענומען פון די מחזה... ווען פלוצלינג דעהערט זיך א קול פון געזאנג.. אהה ווי זיס, אזא הימלישע הארמאניע, בענקעדיגע תנועה'לעך. איך באמערק א באשיידען גארטן אין זייט פון א הויז, שמעקעדיגע בלומען, מארמויערנע זוילן, מיט א הערליך אויסגעפלאסטערטע וועג, וואס פירט אריין צום גארטן. עס זיצט דארט א גרופע חברים און מען זינגט אינאיינעם, איינער שלעפט א ניגון פון דא, פון דארט, ער ברענגט מקורות, און דער דריטער פאררעכט א תנועה. קיינער שעהמט זיך נישט, נישט אלע אפילו קענען זיך. מי כעמך ישראל! אויפן גאס שפאצירן צענדליגע סארט אידן, אלע סארט היטן, לבושים, מנהגים, און אויסזעהן. קיינער קוקט נישט... קיינער שרייט נישט, קיינער בעוולה'ט נישט. אהבה ואחוה שלום וריעות. Wow הלואי ווען איך לעב אין אזא וועלט! בום... א קאלטער סקרוך לויפט אדורך אין די ביינער... איך גיב מיר א כאפ אויף... איך טרעף מיר זיצן ביים קאמפיוטער און ליינען אייוועלט! אינטערסאנט, עס איז נישט געווען קיין חלום...
Commenti