top of page

!אונטער די ריקודין, הערצער פון אידן

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

אונטער די ריקודין, הערצער פון אידן...

ארויף ארויף יעדער ציעט במחול ותוף די נשמה בריעט האנט ביי האנט מיט די פייער צינגען אלע היינט טוען שפרינגען פייער פלאמען צום הימל שפייעט מיט זיי צוזאמען די נשמה צוגייט מיינע אויגן פארמאכט אויסגעמישט אין די מאסן עס טראכט און טראכט וויל נישט פארפאסן צווישן די פרייד און פרייליכע ארום מיין הארץ שרייט הויעך אבער שטום איך ווייס אליין ס'איז נישט גאנץ תוכו כברו גארנישט דער גלאנץ ריקודין אפשר אייניג אלע צוזאמען אבער אינעווייניג אייזערנע קאמען די טיפע שפאלטן פארשטעקט אין הארץ דארט באהאלטן דער מצב שווארץ יעדער אליין א פעקל שלעפט דער וועג גיין מיואש, ערשעפט אונטער די ריקודין טיפע שטאכן הערצער פון אידן אזוי צובראכן ידע כל הנסתרות א יעדע שניט אידישע צרות ער זעהט גוט די טיעפסטע קאמערן ער שפירט מיט די שווערסטע קלאמערן פון יעדע איד וואס ווערט נישט געזאגט און קוים געטראכט רבי שמעון טראגט און נעמט און אכט ביטל כמה גזירות פארן קהל געמיהט דבריו עושים פירות פאר יעדע פריוואטע איד רבי שמעון לכל ישראל האיר די ישועה שוין אויספויעל דער ביהמ"ק פון פייער.


Comentários


©Endetzadick

bottom of page